אַ מאַסיווע שווינדל ווערט אויסגעפאָרשט אין פראַנקרייך. אַ שווינדל וואָס די אויספאָרשער זאָגן איז מעגליך ״די גרעסטע שווינדל אין פראַנקרייך׳ס היסטאָריע״, און איז לויט׳ן פאַרדאַכט דורכגעפירט געוואָרן דורך שווינדלער אין מדינת ישראל. די שווינדלער האָבן אַהערגעשטעלט אָ אָפיס און געהאַט איינעם וועלכער האָט זיך פַארשטעלט ווי דער פראַנצויזישער פאַרטיידיגונגס מיניסטער, און אַזוי אַרום אַרויסגעשווינדלט גרויסע געלטער פון גרויסע פראַנצויזישע פירמעס און מיליאָנערן.

עס איז נאָכנישט בּאַקאַנט די פונטקליכע דעטאַלן פון די פרשה, אָבער לויט ווי די פּאָליציי זאָגן, האָט די באַנדע אַהערגעשטעלט אַ גאָר סאָפיסטיקירטע אַפעראַציע, און זיך פאַרבינדען צו גרויסע פראַנצויזישע פירמעס און זיי געזאָגט אַז פראַנרייך נויטיגט זיך אין גרויסע געלטער פאַר געהיימע זיכערהייט אַפּעראַציעס וואָס קענען נישט דיסקוטירט ווערן, און מען קען עס נישט נעמען פון די רעגירונג קאַסע, ווי צום ביישפיל צו ראַטעווען משכונות פון אייסיס און דאָס גלייכן.

עס איז געלונגען פאַר די שווינדלער צו אַרויסווישען אויף דעם וועג, צענליגע מיליאָנען יוראָס פון גרויסע פראַנצויזשע פירמעס, נאָכדעם וואָס דער פאַרשטעלטער פאַרטיידונגס מיניסטער האָט זיך פאַרבינדען דורך ״סקייפּ״ צו די פירמעס און זיי האָבן געזען וואָס האָט אויסגעזען ווי דער מיניסטער, און אונטער אים אַ פראַנצויזשער פאָן און אַלע צוגעהערן פון אַ רעגירונג אָפיס. אַזוי אַרום זענען זיי אַריינגעפאַלן אין זאַק.

די אויספאָרשונג ווערט געפירט אינאיינעם דורך די פראַנצויזישע און מדינת ישראל פּאָליציי. די פּאָליציי אין מדינת ישראל האָט געזאָגט אַז זיי וועלן זיך באַגיין מיט די פאַרברעכער אזוי ווי קרימינאַלן וועלכע שעדיגן דאָס לאַנד׳ס זיכערהייט.

ישראל׳ישע שווינדלער האָבן זיך פאַרשטעלט ווי פראַנצויזישע מיניסטער צו גנב׳נען געלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל