אריינפיר: די ארטיקל האט גארנישט צו טוהן מיט דעם עצם, צדיק וקדוש וטהור רבי ישעי׳לע קרעסטירער, זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן! נאר האט בלוז צו טוהן מיט די מצב פון אינזערע גאר שוואכע שוואכע דור, וואס ווייזט זיך גאר שטארק ארויס לעניות דעתי הקטן, ווען ס׳קומט צו די שאלה, ווי אזוי צו צי גיין, צי די ענינים און דרכים פון דעם צדיק, אודאי איז פארהאן נאך גאר אסאך אנדערע, און גרעסערע פרעבלעמען און דעם דור, שרייב איך אבער יעצט, צופעליג איבער דעם ענין, ווי אזוי לענ׳ד מען וואלט ווען אנדערשט געדארפט ווען צו טוהן, נאך אמאל לענ׳ד הקטן.

*

עס פעלט זיך נישט אויס צופיהל מאריך צי זיין און דעם ענין, וואס איז ליידער געווארען א פאקט אז אסאך מענטשען האבען אנגעפאנגען צו נוצען דעם ענין פון גיין צי צדיקים אלט׳ס א וועג, און א תירוץ, אויף צו קענען גיין אויף א וואקאציע, און טייל האבן אויך נאך אנגעפאנגען צי מאכען ביי די צדיק אליין א לצנות, און א בחינה פון גיין צי א קארנעוויל, ואין להאריך ודי לכל מבין. איך גיי נישט יעצט גיין זאגן אז די זאכן זענען א עוולה אדער וואס, סוף כל סוף גייט מען כאטש צו א צדיק, און נישט צו א נישט-אויסגעהאלטענע פלאץ אדער וואס, אבער אויף אזויפיהל איז דאס יא, כאטש חומר למחשבה און אן ענין צו טראכטן וועגן, צו ווען מען גייט צו א צדיק, פאסט זיך צו גיין אויף אזא אופן? און צו קען מען אויספוילען א ישועה ביי א צדיק, ווען מען גייט צו אים, אויף אזא אופן?

איך וואלט געוואלט אנפאנגען מיינע שורות מיט די קומענדיגע פראגע.

יעדער ווייסט אז ביי דעם הייליגען צדיק רבי ישעי׳ בן רבי משה מ'קערעסטיער, איז געווען איינע פון זיינע גאר שטארקע באקאנטע עבודות, דאס טיילן עסן פאר יוד׳שע קינדער, און ס׳איז באקאנט גאר אסאך עבדות וועגן דעם ענין פון געבן עסן פאר יודן, ווי למשל, ס'ווערט דערציילט אז פאר זיין פטירה האט ער אנגעזאגט פאר זיינע שטוב מענטשען, אז היות ער גייט אוועק גיין פון די וועלט, און ער ווייסט אז ביי זיין לויה וועט זיין גאר א ריזיגען ציבור פון יודן, וויל ער אז מען זאל צוגרייטען גענוג און נאך עסן, פאר די ציבור וואס וועלען זיך משתתף זיין ביי די לויה. וואס פון דעם אליין קען מען זעהן ווי שטארק ס׳האט געברענגט ביי דעם גרויסען צדיק, דעם ענין, אז ס׳זאל זיין פאר יודן צי עסען ברווח גדול. און דאס, און נאך אסאך אסאך סיפורים ווערן פארציילט איבער דער עבודה פון געבען עסן, און בכלל פון אויסבעטן השפועות פאר יודן.

שטעלט זיך אבער די שאלה. פארוועם האט רבי ישעי׳לע געטוען אין דעם ענין פון געבן צו עסן פאר יודן?, פאר יודן וואס האבען צו עסן און האבן מכל טוב וטוב? פאר זיי האט רבי ישעי׳לע געזארגט?

פאר די יודן וואס דרייען זיך און אינזערע בתי מדרשים און שול׳ן, און האבן ביי זיך און דערהיים, פולע שענק פון עסן און צי טרינקען, פאר זיי האט רבי ישעי׳לע געזארגט?!

ס׳ווערט דערציילט, אז נאך די הסלקות פון דעם הייליגען צדיק און קדוש, האט געהערשט א שרעקליכען עניות און דחקות און דעם שטאט קערעסטיער, און אפי׳ די פויער׳ן און עמי הארצים וואס האבען נישט עקסטער פארשטאנען צי די קדושה און גרוסקייט פון דעם הייליגען צדיק, האבען געוויינט און געבענקט נאך עיהם, וויל ס׳איז פשוט געווען א דחקות און הינגער און שטאט נאך זיין הסתלקות.

די היינט׳יגע מאדא און סטייל.
פון צישטעלען צי עסען פאר יודן און די בתי מדרשים, כאטש כהאלט נישט ס׳איז בעצם א עולה אזוי צי טיען, האט עס אבער לעניות דעתי קיין שום שייכות נישט מיט דעם צדיק רבי ישעי׳לע, און הייסט בכלל נישט געגאנגען און די דרכים פון דעם צדיק!

עד כדי כך.
אז ס׳איז גאר געווארען א גאנץ ענין און א סגילה, ביי א טייל צי געבען א גרויסען פרישטיג, און תיקן און בית המדרש, מיטען חשבון אז דאס וועט זיי ברענגען השפעת און זייערע ביזנעס, און דעם זכות פון רבי ישעי׳לע... סלאזט זיך גארנישט גלייבען, ווי ווייט מיר זענען אנגעקימען מיט אזא סארט טיפשות, וואס ס׳איז נישט שייך צי משוג זיין.... אוואדע געוויס אז געבען צי עסען פאר יודן, און סיי וועלעכען הינזיכט, און זעכער א גיטע זאך, און איז ווי צי טיען סיי וואס פאר א טובה אדער חסד פאר א יוד וכדו׳ וואס איז זעכער א גיטע זאך, און אוואדע צי געבען א סעודה און דעם יארצייט פון א צדיק, איז אויך אוואדע א געוואלדיגע זכות, אבער צי זאגען אז דאס האט רבי ישעי׳לע געמיינט?! און וועלעכע וועלט לעבען מיר?! מען קען פינקט אזוי געבען צי עסען פאר יודן בזכות פון דעם בעל שם טוב הקדוש, אדער דעם נישכיזער צדיק... אבער ווי קימט דא אריין דעם רבי ישעי׳לע, ווי?

אוואדע געוויס פארשטיי איך, אז מין הסתם, אויב ביי רבי ישעי׳לע האבען יודן געהאט צי עסען, האבען אפי׳ פארמעגליכע יודן אויך געקענט נהנה זיין פון דעם. אבער צי זאגען אז די ענין פון רבי ישעי׳לע איז סתם אזוי געווען צי געבען צי עסען פאר יודן, אז לדעתי א טיפשות אדער געטיען אן טראכטען! (איז דען ביי רבי ישעי׳לע ח׳ו געווען א ענין פון סתם פרעסען? ח׳ו, אזוי צי טראכטען!).

וואס יא?
און אזוי האב איך גע׳עצה׳ט דעם יוד וואס האט ציגעשטעלט פרישטיג פאר מיין מנין היינט און צופרי, אז אויב וויל איינער גיין באמת און די דרכים פון דעם גרויסען צדיק רבי ישעי׳לע בן רבי משה, האלט איך לעניות דעתי, צי יוצא זיין למהדרין מין המהדרין, איז צי געבען צדקה פאר ענייה ארץ ישראל און דעם טאג פון זיין יאר צייט.

זייט מיר אלע געזינט ליבע ברידער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל