לאנדאן - מענטשן אין ענגלאנד זענען אויפגעברויזט נאכ'ן געוואויר ווערן אז א לאקאלער שנארער, אויף וועמען זיי פלעגן רחמנות האבן און העלפן, איז גאר דער אייגנטימער פון עטליכע טייערע אויטאס. דער 35 יעריגע “מעטיו ברינטאן”, פון נוקוועי, האט אנטהאלטן טויט סטראשונגען אויף די שויבן פון זיין “ספארט קאר”, און ביי א צווייטן פאל איז די פענסטער געווארן אויסגעשאסן, נאכדעם וואס מ'האט אים אפגעכאפט שנארן פאר געלט אויף די גאסן. איינע פון זיינע קארן ווערן געשאצט אויף די ווערד פון זיבעציג טויזנט דאלאר. פארגאנגענע וואך האבן די ארטיגע איינוואוינער געזען ברינטאן פארקירן איינע פון זיינע טייערע אויטאס, און אינעם זעלבן טאג האט מען אים געזען שנארן פאר געלט זיך בעטנדיג אז ער האט נישט פאר קיין עסן.

בילד

בילד: מעטיו ברינטאן מיט זיין ספארטס קאר

בילד: מעטיו ברינטאן שנארט, און זיין צוזעצטע קאר שויבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל