אהייא – א מאדנער מאן, וועלכע איז שוין אמאל ארעסטירט געווארן פאר'ן רייניגן א היים אומגעבעטן, איז ווידעראמאל ארעסטירט געווארן ווען די פאליציי האט אים געכאפט אויפשארן די שניי פון א דרייוועי אן ערלויבעניש פונעם אייגנטימער. פארגאנגענעם מאי איז דער מאן ארעסטירט געווארן פאר'ן זיך אריינכאפן אין א היים און עס אויפרוימען, און דאן איבערלאזן א צעטל פארלאנגענדיג $75 פאר דער ארבעט. ער איז דאן אפגעקומען בלויז מיט פראבעישאן. ער איז פארגאנגענעם נאוועמבער ארעסטירט געווארן פאר'ן פארלעצן די טערמינען פון זיין פראבעישאן, און איז יעצט פריש ארעסטירט געווארן פאר'ן טאן אומגעבעטענע טובות.

בילד: ארעסטירט פאר'ן שארן שניי אומגעבעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל