נארוועגיע – א שאסיי טונעל אין צפון נארוועגיע איז אפגעשפארט געווארן פאר עטליכע טעג נאכדעם וואס א טראק מיט 27 טאן פון ציגן קעז האט זיך איבערגעדרייט און האט פאראורזאכט א העליש פייער וואס האט שווער געשעדיגט דעם טונעל. די געשיכטע האט פאסירט פארגאנגענעם דאנערשטאג, און דאס פייער האט אזוי שטארק געברענט, אז פיר טעג האט עס גענומען פאר די פייערלעשער צו ברענגען אונטער קאנטראל. דער טונעל איז נעבן דער קליינער שטאט טזשייפארד, אינעם ארקטישן ראיאן, 840 מייל צפון פונעם הויפטשטאט אסלא. די נארוועגישע באפעלקערונג באנוצט זיך שטארק מיט קעז און מילך פון ציגן, וויבאלד קעז פון ציגן–מילך פארמאגט מער צוקער און פעטנס ווי סתם קעז, איז א וויכטיגער טייל פונעם טעגליכן דייעטע פון די נארוועגיער.

בילד: טונעל טראפיק צוליב... ציגן-קעז פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל