אהייא – אן עקסטרעמע גרופע פון דער אמיש לייט סעקטע, וועלכע האבן אטאקירט אנדערע מיטגלידער פון דער אמיש געמיינדע אין אהייא און זיי אפגעשניטן די בערד, זענען פאראורטיילט געווארן צו לאנגע יארן טורמע פאר דעם האסן פארברעכן. די געשיכטע האט פאסירט א האלב יאר צוריק, ווען די נאכפאלגער פונעם ארויסגעווארפענעם 67 יעריגן אמיש געמיינדע בישאף, סעמיועל מולעט, האבן אונטערגענומען אטאקעס קעגן די וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן זיין שפלינטער געמיינדע, דורך זיך אריינכאפן אין זייערע הייזער און אפשניידן די בערד פון זייערע קעגנער. מולעט, דער פירער און אינציאטאר פון די אטאקעס, האט באקומען דעם הארבסטן אורטייל, נעמליך 15 יאר טורמע. די איבריגע 15 באשולדיגטע האבן באקומען פארשידענע טורמע אורטיילן פון זיבן יאר טורמע ביז צוויי יאר טורמע.

בילד: טורמע פאר בערד שניידער

בילד: אמיש געמיינדע בישאף, סעמיועל מולעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל