צו מיין טייערע ברודער שיחי';

איך וויל דיר שרייבן דא אפאר קורצע שורות פון ווייטאג וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ שוין אפאר חדשים. אזויווי איך ווייס אז דו ליינסט דא פון צייט צו צייט, האף אז די ווערטער וואס קומען ארויס פון מיין הארץ וועט אנקומען אין דיין מח און וועסט מיר פארשטיין.

לעצטע וואך ווען איך בין געוועהן צוזאמען מיט דיר ביי טאטי פאר א שבת סעודה און איך האב געטראפן עפעס א אלטע שפילצייג פון מיינע קינדער יארן און איך האב געגעבן א זאג "איך וויל דאס אוועקלייגן צו ווייזן פאר מיינע קינדער", האסטו מיר שטילערהייט געזאגט "סאו דאס מיינט אז דו ווארטסט שוין..".

איך האב מיר געדארפט איינהאלטן דעמאלס נישט אויסצוברעכן אין א געוויין ווען ס'איז ארויפגעקומען אין מיין זכרון יעדעס מאל זייט מיין חתונה מיט אפאר יאר צוריק ווי דו האלסט מיר אין איין זאגן "טריי הארדער".

מיינסט איך פראביר נישט? איך וויל עפעס נישט האבן קיין קינדער מיינסטו? איך האב חתונה געהאט פאר פאן?

וויפיל טויזנטער דאללער - וואס איך האב נישט - האב איך שוין אויסגעגעבן פאר דאקטוירים? וויפיל שווערע הונדערטערס האב איך אויסגעגעבן פאר מעדעצינען און טריעטמענטס?

ווען דו האסט זיך איינגערעדט אז איך האב שלום בית פראבלעמען - און יא, ס'מאכט זיך מער פראבלעמען ביי אזעלכע קאפלס ווייל ס'נישטא קיין קינדער צו זיין ביזי מיט - האסטו מיר געהאלטן אין איין זאגן נאכאמאל און נאכאמאל "טריי הארדער".

איך האב דיר נישט געבעטן פאר קיין געלט וואס איך דארף וויכטיג האבן ווייל איך ווייס אז דו נוצט דיין שווערע פארדינטע געלט אויסצוהאלטן דיינע אכט זיסע קינדערלעך קע"ה. סאו וואס געבסטו דעות? ווען איך וועל אי"ה האבן קינדער וועסטו מיר אפשר קענען געבן דעות וויאזוי זיי מחנך צו זיין ווייל אויף דעם האסטו עקספיריענס. אבער דו וואס האסט שוין געהאלזט דיין קליינעם ניין חדשים נאכ'ן חתונה, דו ווייסט אפילו א משהו וואס דאס מיינט?

דו פארשטייסט וואס דאס מיינט אויפשטיין אפאר מאל א חודש - און כסדר אפאר מאל א וואך - אין די פריע פארטאגס שעה'ן צו לויפן צום דאקטאר ווייל זיינע שעות זענען נאר פון זעקסע ביז אכטע צופרי? זיצן דארט אפאר שעה און נאכדעם אויסשרייבן דעם טשעק פון אפאר הונדערט דאללער יעדעס וויזיט? די יסורים וואס מיין ב"ב גייט דורך ביי יעדע פון די טריעטמענטס? און דו קומסט מיט אזא חוצפה מיר זאגן טריי הארדער?

ווען מיין אנדערע ברודער האט געהאט א קינד למזל טוב אפאר יאר נאכ'ן חתונה, ביסטו מיר געקומען זאגן "מוישי האט שוין געהאט, יעצט קענסטו עס שוין ערלעדיגן", אפילו א פראסק האב איך דיר נישט געוואלט געבן דעמאלס ווייל ס'וואלט נישט ארויסגעוויזן אפילו א משהו שבמשהו וויפיל דו האסט מיר וויי געטוהן דעמאלס!

ביי מיין עניווערסערי אפאר וואכן צוריק שיקסטו מיר א טעקסט: What are you waiting for? איך בין עפעס געמאכט פון שטרוי? What I'm waiting for? איך ווארט פאר די מינוט וואס איך וועל קענען קושן און האלזן מיין זיסן ניי געבוירן קינד! איך ווארט פאר דער מינוט וואס איך וועל קענען געבן א שמייכל און זאגן פאר מיין ווייב אז ס'האט זיך געלוינט אלע געלט, יסורים און דאס ווארטן נאר פאר דער יעצטיגע מינוט צו קענען האלזן אזא זיסע לעכטיג קינד! דאס איז וואס איך ווארט פאר! טאמער קענסטו מיר נישט העלפן מיט דעם, מאך עס כאטש נישט שווערער פאר מיר! איך האב פילינגס אזויווי יעדער נארמאלע מענטש!

איך באלאנג טאקע צום אנדערן פארטיי פון אונזער חסידות ווי דיר. מיינט דאס אז דו קענסט שטיין און חוזק מאכן פון מיין רב אז ער קען נישט אויס'פועל'ען א קינד פאר מיר?

איך בין טאקע נישט אזא חעניאק ווי דיר. אבער מיינט דאס דען אז דו דארפסט מיר זאגן יעדע פאר וואכן אז ס'איז נישט קיין פעסטע זאך צו נעמען פילן נישט צו האבן קינדער ביז אפאר יאר נאכ'ן חתונה?

צו מיין טייערע ברודער שיחי';
איך רעספעקטיר דיר זייער אסאך. איך נעם געווענליך אהן וואס דו זאגסט מיר. פארדעם טראכט איך אז אפשר פארשסטייסטו פשוט נישט וואס דו טוסט. איך האף אז נאכ'ן ליינען די שורות וועסטו אביסל בעסער פארשטיין וואס איך מאך מיט און וועסט אריינטראכטן צוויי מאל פאר דו זאגסט עפעס וואס קען ווייטון.

שכוח פאר'ן אויסהערן.


נ.ב. אז איך שרייב שוין יא, מוז איך ארויסברענגען מיין דאנק וואס איך האב פאר די חשובע ארגינעזאציע "בוני עולם" וואס אהן זייער הילף, הדרכה און א ריזיגע חלק פון די געלט וואס ס'האט מיר אפגעקאסט ווייס איך נישט צו איך וואלט אפילו געקענט גיין צום דאקטאר פאר די טריעטמענטס. די אייבערשטער זאל זיי העלפן זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל