האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס דער באדייט פון "צייט" איז, איז צייט א זאך וואס איז באשאפען געווארן?, האט צייט צו טוהן מיט דעם זון? א מענטש וואס וועט קיינמאל נישט זעהן דעם זון, וועט וויסן וואס צייט איז? איז צייט איין לאנגע זאך, אדער צוטיילטע חלקים? ווען האט מען אנגעפאנגען צו נוצן אזא זאך ווי א "זייגער" וואס צוטיילט די צייט? ווער האט אפגעמאכט אז זעכציג מינוט איז א שעה, און זעכציג סקונדעס איז א מינוט? האט שוין אמאל פאסירט אז די "צייט" האט זיך אפגעשטעלט? לויפט די צייט ביי יעדעם איינעם אייניג? וואס איז געווען די גרויסע אויפטוה פון אלבערט איינשטיין בנוגע "צייט"? וואס איז דאס "למעלה מן הזמן"?

פארווארט

א באוויסטער פיזיקער האט זיך אמאל אויסגעדריקט, "איך האב געוויסט גוט וואס 'צייט' איז, ביז איינער האט מיר געפרעגט וואס צייט איז... די ווערטער פון דעם פיזיקער האט זייער א טיפער באדייט. מיר זענען זיכער אז ווען די ליינער האבן געזעהן דעם קעפל פון דעם "צייטשריפט" אז מיר שרייבן א ארטיקעל איבער די א אפהאנדלונג פון 'צייט', האט מען מיטן נאז א קרום געגעבן, וואס? ווער ווייסט נישט וואס צייט איז? איר זענט גערעכט געווען, ביז איר וועט ליינען דעם ארטיקל, ווייל נאכדעם וועט איר שוין זעהן דאס צייט האט א זייער טיפן באדייט.

די מעלה פון צייט פאר די מענטשהייט

"צייט" איז איינע פון די זאכן וואס איז באוויסט פאר יעדעם, און עס איז א זאך וואס יעדער שפירט דאס. "צייט" איז דער זאך וואס פירט דעם מענטש פון ווען אן ער איז אראפגעקומען אויף די וועלט. ביז ווען ער הויכט אויס זיין נשמה נאך הונדערט אין צוואנציג יאר.

נישט פארהאן קיין זאך אין די וועלט וואס פאלט נישט אריין אונטער די קאַטעגאָריע פון צייט, די קאמיוניקאציע צווישן מענטשן איז נאר דורך צייט. אן קיין צייט, וואלט קיין שום באגעגעניש צווישן מענטשן נישט פארגעקומען. די גאנצע יארגאנג פון א מענטש, איז אינטער די קאַטעגאָריע פון צייט. צייט איז די סוד וואס מאכט עלטער די מענטש. פון ווען אן א מענשט ווערט געבוירן, פאלט ער\זי אריין אונטער די שטראם פון צייט, און לויפט דערין ביז ווען די נשמה גייט צוריק למקור חצבתה.

ווי אויך דער גאנצער עבר, קען נאר געדענקט ווערן דורך צייט. צו איז דאס היסטארישע געשעהנישען וואס קענען דאקעמענטירט ווערן דורך די צייט, וואס אן צייט, וואלט ווען געווען "אין מוקדם ומאוחר" עס וואלט נישט געווען קיין סדר, נישט וויסענדיג צו בין לאדין האט אטאקירט אמעריקא פאר די מבול!

ביי אונז אידן שפילט צייט (זייגער) א הויפט ראלע אויף די טאג טעגליכע פונקציעס. אנגעפאנגן פון עלות השחר, משיכיר, נץ החמה, סוף זמן קריאת שמע, סוף זמן תפלה, חצות, מנחה גדולה, מנחה קטנה, שקיעה, בין השמשות, צאת הכוכבים, תיקון חצות. אט די אלע זמנים זענען פאר אונז נוגע א יעדן טאג. בנוסף, צו דעם קומט דער צייט וואס מען דארף זיין ביי דער ארבעט, אדער אין כולל, ישיבה, חדר, שולע. אזוי לויפט די צייט א גאנצע וואך, ביז עס קומט אן "שבת קודש" דאן געט זיך דער צייט א שטעל אפ, און רוהיגקייט טוט הערשן אויף די וועלט. די קארן הערן אויף צו פארן, די טעלעפאנען רוען, די וואש מאשין וואשט נישט, דער פייער קאכט נישט. ווער האט אפגעשטעלט אט די אלע זאכן "דער צייט"!

ווי אויך פארמאגן מיר אידן א ספעציעלע מתנה פון הקב"ה וואס די גוים פארמאגן נישט, דאס איז די ימים טובים וואס זענען אויסגעשפרייט במשך די יאר. עס צו פארשטיין, לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און זעהן ווי אזוי דאס יאר וואלט ווען אויסגעזעהן אן קיין ימים טובים. די צייט וואלט געלאפן סעקונדע, מינוט, שעה, טאג, וואך, שבת, חודש, יאר. וחוזר חלילה, און נאכאמאל, סעקונדע, מינוט, און אזוי ווייטער ביז די הונדערט אין צוואנציג יאר. ממש אזוי ווי די גוים לעבן. וואספארא באדייט האט א גוי ווען עס פאנגט זיך די קומענדיגע יאר 2008? גארנישט. אט אזוי לעבט דער גוי אפ זיין לעבן. זיי פראבירן צו מאכן פארשידענע חגאות, אבער קיינער איז עס נישט מחיוב איינצוהאלטן.

יעצט לאמיר זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס - להבדיל אלף אלפי הבדלות - ביים אידישען פאלק. פון ראש השנה און יום כיפור, פאנגט זיך אן א שטראם פון א "נייע צייט". מען ווישט אפ די אלטע חשבון פון פאראיאר. מען נעמט זיך פאר צו גיין אויף די גוטע דרכים, בעלי בתים לערענן בחברותא מיט א נייע התחדשות אד"ג. דערנאך קומט יום טוב סוכות, וואס ברענגט אריין א פרייליכקייט אין דעם מענטש, אזוי ווי דער חינוך שרייבט: לשמוח ברגלים, משרשי המצוה לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמוח לפרקים, כמו שהוא צריך אל המזון, ואל המנוחה, ואל השינה. דאס הייסט אז דער באשעפער האט געהייסן אז אידן זאלן זיך פרייען אין די ימים טובים, ווייל אזוי ווי א מענטש דארף האבן, עסן, שלאף, און מנוחה, אזוי אויך דארף א מענטש האבן פון צייט צו צייט 'פרייליכקייט'. "זמן שמחתנו".

דאס אלעס איז אזוי ווי מען קען נעמען א ליידיגע שטח, און אויפבויען דערויף א הערליכע פאלאץ, אזוי אויך איז צייט, צייט לויפט, אבער מען קען עס אויסניצען אויף א הערליכע און פילע אופן.

צייט איז טייער, אדער ווי דער באקאנטער אויסדריק "טיים איז מאני", צייט קען מען נישט צוריקדרייען, דארף מען זעהן אויסצוניצן די צייט.

נו, לייענענדיג וואס צייט טוט אלס אויף פאר די מענטשהייט, איז כדי זיך צו באקענען וואס איז דער סוד פון צייט, קען מען אים שטאטער מאכן, ליינט מיט אינטרעסע.

ווען האט זיך אנגעפאנגן די זאך פון "צייט"

צו וויסן ווען "צייט" האט זיך אנגעפאנגן דארף מען קודם וויסן וואס צייט איז.

וואס צייט איז, דאס איז א יסודותדיג'ע מחלוקה צווישן די פריערדיגע פיזיקער, און להבדיל די ראשונים. איין טעאריע איז באקאנט אלס דער טעטאריע פון "אייזיק נוטין". ער שרייבט, דאס "צייט" איז א פונדאמענטלע יסוד פון די בריאה, דאס צייט איז א זאך וואס געשעהענישן פאסירן אין איר. דאס הייסט אז צייט איז "א זאך", און מען קען דאס צוטיילן. מען קען דאס מעסטן. און אזוי נעמט אן דער רמב"ם, ווי שפעטער געשריבן.

דער צווייטער טעטאריע איז פון "גאטפייערד לעבעוויטש", דאס צייט איז נישט קיין "זאך", נאר צייט איז גענוי אזוי ווי "פלאץ", דאס הייסט, אז למשל פון ווען איך האב געענדיגט דאווענען ביז איך בין געגאנגן ארבעטן האט גענומען א צייט אפשניט פון איין שעה. דאס מיינט אז צייט איז א זאך וואס מען מעסט דערמיט די געשעהנישען, אז פון די זאך ביז די זאך נעמט אזוי פיל צייט. אבער צייט איז נישט קיין "זאך". (אזוי ווי "א מייל" איז נישט קיין זאך; עס איז מידה.)

אנגענומען איז ווי דער רמב"ם און להבדיל נוטין, אז צייט איז א באשעפעניש. נו, וועט איר פרעגן ווי אין די תורה איז מרומז די בריאה פון "צייט", איר ווייסט ווי, אין די ערשטע ווארט פון די הייליגע תורה "בראשית" - פון אנפאנג. אויב עס וואלט נישט געווען אזא מין זאך ווי 'צייט', וואלט נישט געווען אזא זאך ווי 'אנפאנג, יעצט, שפעטער'. מיר פארשטייען עס איז אייך שווער צו פארשטיין ווי אזוי קען דען דער וועלט אנגיין אן קיין צייט, וואס הייסט אלעס וואלט געשעהן אויף איינמאל? מען קען דאס טאקע נישט פארשטיין, ווייל הקב"ה האט אויסגעשטעלט די וועלט אויף אזא סיסטעם וואס באשטייט אויף "צייט", און "פלאץ" דאס הייסט אז עס איז נישטא קיין שום זאך אויף דער וועלט וואס פארנעמט נישט קיין פלאץ, און איז אונטער די צייט, פון היה, אדער הוה, אדער עתיד, דאס הייסט אויב רעדט איר פון א מענשט, איז דער מענטש געווען אין א צייט, א יאר צוריק, פופציג יאר צוריק, און ער האט זיך געפונען אויף יענע פלאץ, א הויז, א שטאט, א לאנד, אד"ג.

יעצט וועט איר פארשטיין אז עס איז נישט שייך צו פרעגן, וואס איז געווען פאר די וועלט איז באשאפן געווארן? אזא קשיא איז נאריש (און מען טאר נישט פרעגן), ווייל איינמאל איר פרעגט "געווען" מיינט דאס "צייט", און אזא מין זאך פון צייט איז דאן - פארן וועלטס באשאפונג - נישט געווען פארהאן. לאמיר אין דעם נישט מאריך זיין ווייל דאס איז א פילאזאפיע פאר זיך.

איז דער צייט פארבינדען מיט די זון אין די לבנה?

מיר קענען זיך נישט אנדערש פארשטעלן נאר אז "צייט" האט צוטוהן מיט דעם זון און דער לבנה, דער "זון" מאכט דעם טאג פון ווען זי שיינט אויף און יעדע פלאץ אין דער וועלט אין איר צייט פאנגט זיך אן א נייע טאג, און ווען זי גייט אינטער האט זיך דער טאג געענדיגט. אט אזוי איז אנגענומען ביי יעדעם איינעם.

יעצט לאמיר זעהן ווען די זון האט אנגעפאנגן צו טון איר פליכט, אז מען וועט עפענען א חומש וועט מען זעהן אז "מיטוואך" דער פערטער טאג פון וועלטס באשאפעניש האט הקב"ה אויפגעהאנגן די זון, און פון דיין טוט זי איר פליכט אן קיין אפשטעל. (באשאפן געווארן איז דער זון דער ערשטער טאג). יעצטע שטעלט זיך דער קשיא, ווי אזוי קען זיין אז אין די תורה שטייט, יום אחד (זונטאג) יום שני (מאנטאג) יום שלישי (דינסטאג), דער זון האט דאך נאך דעמאלטס נישט געטוהן איר פליכט, וואס האט געמאכט דעם טאג אז עס איז נישטא קיין זון? אט די קשיא פרעגט דער חוקר אלקי דער "עקרים" און ער טוט ערקלערן דאס צייט האט נישט צו טוהן נאר מיט די זון, און ער טוט ערקלערן זיינע ווערטער אז צייט קען מען אויך מעסטן דורך געשעהנישן, דאס הייסט ווי נאר דער וועלט איז באשאפן געווארן, דאס אליינס איז שוין א געשעהניש, ממילא האט מען שוין א "אנפאנג" דאס הייסט אז דער צייט האט באקומען א אנפאנג און מען קען רעכענן, אז פון ווען דער וועלט איז באשאפן געווארן, ביז ווען די הימל אין ערד איז באשאפן געווארן האט גענומען אזוי לאנג ווי עס איז היינט באקאנט פאר אונז "א טאג". זיין ערקלערונג איז זייער פארשטענדליך. און ער לייגט צו א אינטערעסאנטע באווייז דערצו, אז די פארשער זאגן אז א מענשט וואס איז געבורין געווארן אין א הייל און ער וועט נישט ארויסטרעטן פון דארט, וועט ער נאך אלס שפירן די בריאה פון "צייט" ווי אזוי, ער וועט אליינס אנארקענען אז פון ווען ער האט געטוהן די זאך, ביז ער האט געטוהן די זאך, האט עס גענומען אזוי פיל צייט, דאס הייסט אז צוליב די זאכן וואס טוען זיך ארום אים, קען ער אויסחשבונען די צייט.

אבער דאס איז זיכער, אז זינט דער זון האט זיך אנגעפאנגן ארומצודרייען די וועלט, איז די "עיקר" צייט פארבינדען מיט איר.

און אנדערע ווערטער קומט אויס אז א מענשט קען שפירען די צייט, נאר דורכדעם וואס זאכן טוען זיך טוישן ארום אים, צו איז דאס די זון אויפגאנג, אדער איז דאס, וואס ער גייט פון איין פלאץ צום אנדערן, דאס הייסט אז די סצנעס טוישן זיך. נאך מער א מענטש קען שפירן אז די צייט גייט דורך, דורך זיינע הארץ קלאפענישן, א סעקונדע א קלאפ, נאך א סעקונדע נאך א קלאפ.

ווי אויך טוט א מענשט פארמאגן א ביילאגישער זייגער וואס עס איז אריינגעבויט אין אים, וואס דאס זאגט פארן מענשט ווען ער דארף עסן, שלאפן אד"ג. און אויב וואלט מען נישט געזעהן קיין שום טוישענוגען ארום זיך, אדער דער גוף וואלט נישט געשפירט קיין הונגער, שלאף, אדער דער גוף וואלט נישט געוויזן קיין סימנים פון זיך עלטערן, וואלט מען די צייט נישט געקענט שפירן. ~ חוני המעגל וואס חז"ל דערציילן אונז אז ער איז געשלאפן זיבעציג! יאר, ער האט גארנישט געשפירט ווי דער צייט איז אים אדורך, ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געמיינט אז ער איז נאר איבערגעשלאפן די נאכט. און באמת איז אדורך זיבעציג! יאר, נאר ער איז געשלאפן, האט ער נישט געשפירט, אדער געזעהן קיין שום טוישינגען (און ווי טייל מפרשים זאגן האט זיך זיין עלטער אויך נישט געטוישט).

לויפט צייט איבעראל אייניג? 

די ליינער קענען זיך נישט אנדערש פארשטעלן נאר אז צייט לויפט ביי יעדעם, און איבעראל אייניג. דאס הייסט ווי אין דער וועלט מען זאל זיך נישט געפונען, סיי אין אמעריקא, נארט קאירא, איראק, ארץ ישראל, ווי אימער איר ווילט אפילו אין נארט פאול. וועט די טיק-טאק אויף יעדע זייגער גיין די זעלבע שנעל. די צייט אויפן זייגער איז טאקע אנדערש אין אנדערע טיילן פון די וועלט, ווען אין ניו יארק איז 12 נאכמיטאג, איז אין ארץ ישראל זיבן אזייגער פארנאכטס. אבער ווי פריער געזאגט די טיקטאק פונעם זייגער איז איבעראל די זעלבע.

נאך מער די טיקטאק פונעם זייגער, פאר די וואס געפונען זיך אויף א פליגער איז גענוי די זעלבע צייט ווי די וואס געפונען זיך ביי זיך ביי זיך אינדערהיים. אפילו זיי זענען הונדערטער מיילן ווייט איינער פונעם אנדערן.

די אנדעקונג פון אלבערט איינשטיין!

אט דאס אז צייט לויפט איבעראל אייניג, איז געווען אנגענומען ביז פאר הונדערט יאר צוריק. אבער עס איז געקומען צו א דראסטישע טויש, נאכדעם וואס אלבערט איינשטיין דער מאן פון ניינצענטער יאר הונדערט, האט אנדעקט דאס "צייט" לויפט נישט איבעראל אייניג, נאר עס קען זיין אז ביי איינעם וועט דער זייגער קליקן פופציג מאל, און ביי דעם אנדערעם וועט עס קליקען אין די זעלבע צייט נאר דרייסיג מאל, יא אזוי איר ליינט. אויבן אויף קען מען עס נישט פארשטיין, ווייל ביי די טאג טעגליכע לעבן זעהט מען עס נישט. לאמיר פראברין צו פארשטיין א קליינע חלק פון זיין גרויסען אויפטוה, צופיל וועלן מיר ממילא נישט פארשטיין.

די זאך וואס גייט די שנעלסטע, דאס הייסט עס פליט מיט די שנעלסטע ספיד וואס מעגליך איז "לעכטיגקייט" באקאנט אין ענגליש אלס "ספיד אוו לייט" ליכטיגקייט לויפט 186.000 מייל א סעקונדע, דאס איז אן אויסערגעווענליכע שנעלקייט. יעצט אויב וועט איינער פליען אפילו אכציג פראצענט פון די "ספיד אוו לייט", און א אנדערע מענטש וועט שטיין אונטן. איז דער וואס וועט שטיין אונטען וועט טענה'ן אז ביי זיין זייגער איז אדורך פופציג קליק'ס, און דער אויבערשטער וועט טענה'ן אז עס איז נאר אדורך דרייסיג.

און אנדערע ווערטער, ווי שנעלער די זאך גייט, אלס שטאטער וועט די צייט גיין ביי יענעם. עס איז שווער צו פארשטיין, און נאך שווערער מסביר צו זיין, אבער דאס איז דער מציאות. און דורכפארשידענע פראבעס האט מען געזעהן דאס יש דברים בגוי. איין פשוטע פראבע איז געווען, אז מען האט גענומען צוויי אטמישע זייגערס, איינס האט מען ארויף געלייגט אויף א ראקעט, און די צווייטע האט מען געלאזט אינטן אויף די ערד. מען האט אנגעשטעלט ביידע זייגער'ס גענוי. און ווען דער ראקעט איז ארויפגעפלויגן מיט איר אויסערגעווענליכע שנעלקייט, איז קלאר געווארן פאר די פארשער אז די צאל טיק-טאקס (אזוי די סעקונדע שטעקעלע ריקט זיך אויף א זייגער) פון די אטאמישע זייגער וואס איז געפלויגן איז געווען ווייניגער ווי די אטאמישע זייגער וואס איז געבליבן אויף די ערד, און נאך מער די חשבון האט געשטימט גענוי וויפיל עס קומט אויס לויט די מאטאמטישע חשבון פון איינשטיין. די הסבר איז וויבאלד די שנעלקייט פונעם ראקעט ווערט גערעכענט ווי די "צייט" לויפט שטאטער. און נאר א 'אטאמישער זייגער' קען באמערקן די חילוק דערפון, ווייל עס קען צוטיילן צייט אויף אויסערגעווענליכע קליינע חלקים.

נאך די אנדעקונג פון איינשטיין, איז אויפגעקומען פארשידענע טעטאריעס אז מען זאל קענען לויפן פאראויס ווי דער צייט. דאס וועט זיין אויב וועט מען קענען איבערשטייגן די "ספיד אוו לייט"- די שנעלקייט מיט וואס ליכטיגקייט לויפט. אבער ביז דערווייל איז עס זיי נאכנישט געלונגען.

איז דא א מעגליכקייט צוריקצורוקען די צייט?

עס הערט זיך און ליינט זיך זייער מאדנע, אבער עס איז א טעאריע וואס וויסענשאפטלער פראבירן שוין אויס יארן, צו קענען ערצייגן אזא מאשין וואס עס זאל האבן די מעגליכקייט צוריקצוריקען די צייט.

פאר מיר גייען ווייטער לאמיר אייך ערקלערן. פאר הונדערט פופציג יאר צוריק, נאך איידער עס איז ערצייגט געווארן די ערעפלאנען, איז טאמער וואלט ווען איינער געזאגט דעמאלטס אז מען וועט נאך אמאל קענען ארויפגיין אויף די לבנה, וואלט מען ווען אים אנגעקוקט ווי איינער וואס איז נישט ביים זינען ל"ע. אבער היינט צו טאגס איז עס א פאקט, אז מען איז ארויף אויף די לבנה. אזוי אויך ביי אונזער ענין, עס הערט זיך זייער קאמיש, אבער ווער ווייסט וואס עס וועט נאך זיין.

די גאנצע איינפאל איז געבוירן געווארן נאך איינשטיינ'ס אויפטוה, וויבאלד ער האט ערקלערט אז צייט איז נישט קיין זאך וואס האט א באשטימטע שנעלקייט איבעראל, נאר אויב מען וועט נאכיאגן די "ספיד אוו לייט", וועט די צייט ווערן שטאטער. נאך די ערקלערונג, האבן פארשער געגעבן פארשידענע ערקלערונגען אז קען זיין א מעגליכקייט צוריקצוריקען די צייט. מיר וועלן דא נאכברענגן איין ערקלערונג: וואס איז לעכטיגקייט? לעכטיגקייט איז "ענערגיע". עס איז דק מן הדק, פון די דקות'דיגסטע אויף די וועלט, דאס איז ממש אזוי א טיילונג צווישן גשמי, און רוחני. מיר זענען געוואוינט אז די "ספיד אוו לייט" לויפט אויף א גראדער וועג. ווי מיר זאלן זיך פארשטעלן ווי א רייע מיט גראדע ערא"ס  ← ←, און די "צייט" לויפט אויך אויף די שטראם. איז אויב וועט זיין א מעגליכקייט אוועקצודרייען די "ספיד אוו לייט" פון איר גראדער וועג, און עס ארומצודרייען, דאן וועט די צייט שטראמען אויף צוריק. נאר דאס איז כמעט אוממעגליך צו טון, ווייל מען מוז ערצייגן אזא מאשין מיט אן אויסטערלישער ענערגיע, וואס זאל קענען צוריקדרייען די "ספיד אוו לייט".

די פארשער האבן אויך געפונען נאך א פראבלעם, ווייל לאמיר זאגן אז עס וועט זיי געלונגען צוריק צודרייען די צייט. איז וואס וועט זיין דער מענטש וועט זיך טרעפן פאר דריי דורות צוריק, און ער וועט באגעגענען זיין באבע. זייענדיג א גוי האט ער זיך צואמפערט מיט זיין באבע און ער האט איר אומגעברענגט. דערנאך וויל ער צוריקקומען צו די ארגענעלע צייט, אבער דא וועט אנשטאנען א פראבלעם. ווייל נאכן הרג'ענען זיין באבע קומט אויס אז ער איז נאך קיינמאל נישט געבוירן געווארן, און ווי אזוי קען זיין ער זאל עקזיסטירן אין די יעצטיגע צייט? נאך מער, זינט ער איז קיינמאל נישט געבוירן, וויאזוי האט ער געקענט צוריקגיין אין צייט אין דערמארדענען זיין באבע? קומט אויס אז זיין באבע האט אויסעלעבט אירע יאהרן און האט געהאט קינדער און אייניקלעך - אריינגערעכנט אים, קען ער שוין יא צוריקגיין אין צייט... דאס איז נאר איינע פון די פראבלעמען. אבער עס האט א גוטע חלק אויך, מען וועט קענען איבערקויפן די לאטערי, ווייל מען וועט שוין וויסן די נומערן, נו, לאמיר אייך נישט דרייען א קאפ. ווען עס וועט ארויסקומען אט די מאשין, וועלן מיר האבן אן עקסטערע ארטיקל דערויף אי"ה...

וואס איז דאס 'למעלה מן הזמן'

יעצט וועלן מיר אריבער שפאצירן אביסל צו די רוחניותדיג'ע חלק פון זמן, און מיט דעם וועלן מיר (אפשר) האבן א קליין ביסל באגריף וואס איז דאס "די אור וואס שיינט מסוף העולם ועד סופו", וואס איז דאס "קפיצת הדרך", אד"ג.

דער הייליגער מהר"ל, וואס ווער עס איז אביסל באקאנט מיט זיינע ספרים, ווייסט אז זיי זענען מלא וגדוש מיט טיפע עקלערונגען וואס טייל זענען געבויט אויף חכמת הפיזיקא. און מיר וועלן טאקע דא מקדים די ווערטער פונעם מהר"ל.:

"זמן" - שרייבט דער מהר"ל - האט א שייכות מיט "גשם"; עס איז אויך חומר. דאס קען מען זעהן - זאגט דער מהר"ל - אויב מען וועט זיך מעיין זיין אין די חכמה, ווייל אזוי יעדע גשם (דאס מיינט אזאך וואס מען קען זען און אנכאפן), איז א זאך וואס האט א לענג, און מען קען דאס צוטיילן, אזוי אויך איז "צייט". נאך מער, לייגט צו דער מהר"ל, "צייט" האט א גרויסען שייכות מיט "גשם", ווייל די גאנצע זאך פון צייט קען מען נאר זעהן צוליב די טוישינגען פון די גשמיות ארום אונז. צו איז דאס די גיין פון איין פלאץ צום אנדערן, אדער די סצענעס בייטן זיך אד"ג, ווי עס איז ברייט ערקלערט געווארן פריער אינעם ארטיקל. קומט אויס, אז עס איז נישט פארהאן קיין שום זאך וואס איז נישט צוזאמען געשטעלט זמן און גשם. דא האט דער מהר"ל געשריבן אין קורצן וואס איינשטיין שרייבט אין איינע פון זיינע ביכער, דאס אזוי ווי עס איז באוויסט אז יעדע "גשם, חומר" איז צוזאמענגעשטעלט פון 'הויכקייט, ברייטקייט, און די לענג', אזוי אויך קומט צו א פערדער זאך ווי "צייט". דאס הייסט, עס איז נישט פארהאן קיין זאך אין די וועלט, וואס איז נישט צוזאמען געשטעלט פון אט די פיר זאכן.

נאך זאגט דער מהר"ל, אז צייט איז נישט קיין זאך וואס שטראמט אייביג אייניג, נאר ווי ווייניגער א זאך האט שייכות מיט "גשמיות, חומריות", גייט עס אלס שנעלער. און אויך פארקערט, ווי מער גשם דער זאך איז, אלס מער איז עס משעובד צו דעם צייט. (עי' מהר"ל, חידושי אגדות, כתובות קיב)

מיט דעם איז ער מסביר די ענין פון 'קפיצת הדרך', אז וויבאלד צדיקים זענען אויסגעארבעט און דער מענשט ווערט מער רוחני, איז ער פשוט נישט משעובד צו די "צייט", ממילא א וועג וואס נעמט ביי אונז פשוטע גשמיות'דיגע מענשטן טעג, קען ביי אים נעמען מינוטן און רגעים. (עי' מהר"ל, דברים לד)

מיט דעם ערקלערט די מהר"ל דאס "ליכטיגקייט" איז פון די זאכן וואס האבן זייער ווייניג שייכות מיט גשם. (ערקלערונג: אפילו ליכטיגקייט איז דאך אביסל חומר, ווייל עס איז דא ענערגיע, אבער דאך איז עס פון די חומריים וואס איז די נעסטע צו רוחניות.)

אט אן ענליכע ערקלערונג געפונען מיר אין אנדערע ספרים, אין די צייט וואס די שכל פון א מענטש ארבעט געהעריג, דאן לויפט די צייט אויף איר נארמאלע וועג, אזוי ווי מיר זעהן דאס יעדן טאג. אבער ווען מען שלאפט דעמאלטס זעהט אויס די צייט אסאך לענגער, מען קען חלומ'ן פאסירונגן פון יארן לאנג און געציילטע מינוטען.

זעהן מיר פון דעם אז ווי מער רוחניות'דיג א זאך איז, אלס ווייניגער איז עס משעובד צו די צייט. יעצט האבן מיר א קליינע באגריף וואס דאס מיינט "למעלה מן הזמן", ווייל דארט אויבן איז כולו רוחני, און זמן איז נישט תופס קיין מקום דארט.

מיט איז זייער פארשטנעדליך נאך א זאך. די פלאץ אויף די וועלט וואס האט די ווייניגסטע צו טון מיט גשמיות, איז דאך דער "הייליגער בית המקדש", און בזמן שהיה קיים האט מען בחוש געקענט זעהן אז די בית המקדש פאלט נישט אינטער די קאטאגאריע פון צייט און פלאץ. דאס האט מען געזעהן דריי מאל א יאר ביים עולה רגל זיין, ווען מיליאנען מענטשן זענען זיך צוזאמגעקומען, און חז"ל דערציילן אז קיינער האט זיך נישט אפגערעדט אז עס אים ענג. אזוי אויך יום כיפור, "עומדים צפופים ומשתחווים רווחים", ווען מען האט זיך געביקט, האט דאס מושג "פלאץ" נישט גענומען קיין ארט, יעדער האט געהאט פלאץ. דער ארון האט לויט די מענטשליכע מעסטונגען נישט געהאט קיין פלאץ אין קדשי קדשים, אבער חז"ל זאגן אונז "מקום הארון אינו מן המדה". אזוי ווייטער די אנדערע ניסים וואס זענען פארגעקומען אין בית המקדש. די ערקלערונג פון דעם אלעס איז, וויבאלד דער בית המקדש איז געווען א מקום רוחני, ממילא האט די מושג גשמיים נישט געוועלטיגט דארט.

בשעת בריאת העולם האט דער "אור הגנוז" געוועלטיגט אויף די וועלט, "והיה צופה בו מסוף העולם ועד סופו" - ערקלערן די מפרשים - אז "צייט" לויפט דאך לויט די שנעלקייט פון די ליכטיגקייט, און וויבאלד די ליכטיגקייט לויפט נישט אויף איינמאל, נאר עס גייט צוביסלעכווייז, ממילא גייט צייט אויך צוביסליכווייז. אבער דער אור הגנוז איז געווען אזא שטארקע ליכטיגקייט וואס עס האט אויפאיינמאל באשיינט די וועלט, ממילא איז "צייט" וואס לויפט אין אזא ליכטיגקייט אויך געווען אויף איינמאל, ממילא האט אדם הראשון געקענט מיט זעהן די גאנצע בריאה פון ששת ימי בראשית, ביז סוף אלף השישי.

ווי אויך וועלן די טעג פון 'ימות המשיח' זיין סאך לענגערע טעג ווי אונזער יעצטיגע טעג. מיט דעם איז פארשטענדליך וואס חז"ל זאגן אין מסכת שבת אז אין איין טאג וועלן פירות וואקסן אויף די בוים, ווייל די זמן וועט זיין אסאך לענגער אין יענע רוחנית'דיגע טעג, זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צו יענע צייט, אמן, וכן יהי רצון.

מוסר השכל פון "צייט"

עס איז דא א באוויסטע פזמון "אין אבידה כאבידת הזמן", די גרעסטע אבידה, איז דאס נישט אויסניצען די צייט. צייט איז אן אויסערגעווענליכע מתנה פונעם אויבערשטען, אין אלע הינזיכטן. מען קען און איר אויפטון גדולות ונצורות. רב דסלר זצ"ל שרייבט אין זיין ספר מכתב אליהו: מענטשען וואס ווילן נישט אנפילען זייער צייט נאך א טאג ארבעט מיט רוחנוית'דיגע זאכן, ווי תורה ותפלה, מצות ומעשים טובים, זוכן זיי עס אנצופילן מיט ליידיגע זאכן, ווי זיי רופן עס אן "געהארגעטע צייט". פארוואס טוען זיי דאס? ווייל אויב וועלן זיי גארנישט טון אין אט די צייט, וועלן זיי געצווינגערענהייט זיך באגעגענן מיט זיך אליינס, זעהנדיג ווי זיי זענען ליידיג. א טיף ווארט טראכט אריין דערין.

עס איז כדי אנצופילן די צייט מיט דברים רוחניים, מען זאל נישט חרטה האבן אויף צייט וואס מען האט נישט אויסגענוצט. אידן נוצט אויס די צייט!

העבר אין, ההווה כהרף עין, דאגה מנין...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל