מאסקווע – א רוסישער ריכטער איז אויפגעזאגט געווארן נאכדעם וואס ער האט געכאפט א דרימל אין געריכט זאל ביים אנפירן מיט א פראצעס וואו ער האט ביים ענדע פאראורטיילט דעם ערשטוינטן באשולדיגטן צו פינף יאר טורמע. דער ריכטער, יעווגעני מאכנא, פונעם בלאגאוועשענסק סיטי קאורט אין ווייטן מזרח פון רוסלאנד, איז געצוואונגען געווארן צו רעזיגנירן נאכדעם וואס דער פארטיידיקונגס אדוואקאט פונעם באשולדיגטן האט אים פילמירט דרימלען אין געריכט זאל. דער קעיס איז פארוואנדלט געווארן אין א נאציאנאלן סקאנדאל, נאכדעם וואס דער אדוואקאט האט פארשפרייט דאס בילד עס איז אפילו אויפגעכאפט געווארן דורך דער נאציאנאלער פרעסע. דער ריכטער האט זיך פארטיידיגט אז ער איז נישט געשלאפן נאר ער האט אויסגעהערט די ארגומענטן זיצנדיג מיט פארמאכטע אויגן.


בילד:נישט דרימלען אין געריכט זאל!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל