קאליפארניע – א קאליפארניער מאן איז געווארן אן אומווילנדיגער אנטלויפן-דרייווער פאר א באנק רויבער, ווען א פרוי וועלכער האט גענומען זיין אויטא פאר א טעסט-דרייוו, האט זיך אפגעשטעלט און האט בארויבט א באנק. עס האט פאסירט ווען דער פרוי, געיל קעסטל, האט פארלאנגט צו קענען נעמען אויף א טעסט-דרייוו א 987' קרייסלער אויטא וואס זי האט געוואלט אפקויפן פונעם אייגנטימער פאר $2,204. ביים טעסט-דרייוו האט דער אייגנטימער פונעם אויטא געדרייווט די קאר, בעת קעסטל, דער פראספעקטיווער קונה, איז געזעסן אלס פאסאזשיר. נאכ'ן אפפארן עטליכע בלאקן, האט קעסטל געהייסן דעם אייגנטימער זיך אריינציען נעבן א באנק אוו אמעריקע פיליאלע, זאגנדיג אז זי דארף ארויסנעמען פון באנק דאס געלט אים צו באצאלן. נאך א וויילע איז קעסטל איז ארויסגעקומען פון באנק מיט א בינטל באנקנאטן, און די ביידע האבן זיך גענומען פארן אהיים צום אייגנטימער'ס הויז כדי צו ענדיגן די טראנזאקציע. אבער נאכ'ן אפפארן קוים עטליכע טריט זענען זיי אפגעשטעלט געווארן דורך די פאליציי וועלכע האט זיי ביידע ארעסטירט. ווי עס שטעלט זיך ארויס האט דער 51 יעריגער קעסטל 'אפגענומען' דאס געלט פון באנק דורך דורכפירן א באנק רויבעריי.

בילד: א "טעסט דרייוו" אדער "באנק רויבעריי"?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל