אין שטעט איבער גאנץ איראן שפּראצן לעצטנס ברויזנדע פּראטעסטן, וואו די אויפברויז איז דאסמאל נישט געצילט קעגן אמעריקע און אירע פירער, נאר קעגן די אייגענע פירער און די שוואכע איראנער עקאנאמיע. נישט נאר די צאל פּראטעסט-אנטיילנעמער העכערן זיך, נאר די סלאגאנען וואס זיי נוצן ווערן שארפער און אויסגעשפּראכענער. ביי איין פּראטעסט אין דער שטאט אישפאהאן האט מען געזען דעמאנסטראטן וואס שרייען אויס "טויט צום דיקטאטאר", אויסגיסנדיג זייער כעס אויפ’ן הויפּט פירער איאטאלא אלי כאמעיני. זיי האבן אונטערגעצונדן קארס און געווארפן שטיינער. די ראליס וואס האבן זיך אנגעפאנגען אין דעצעמבער האבן צוריק אויפגעפלאקערט אין יוני, ווען פּראטעסטירער האבן דעמאנסטרירט פאר’ן פּארלאמענט און האבן אפּגעשלאסן טעהראן’ס גרויסן באזאר מארק. דאס איז אלעס א צייכן פון דערביטערונג מיט אן עקאנאמיע וואו אינפלאציע גייט העכער, די וואלוטע פאלט און נייע אמעריקאנער סאנקציעס וואס גייען אריין אין קראפט מאנטאג גייען דאס געבן נאך א קלאפּ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל