א ביטערע טראגעדיע האט פּאסירט מיטוואך אין ארץ ישראל מיט’ן אומקום פון הבחור החתן אריאל דארסינאווער ע"ה, וועלכער איז אומגעקומען ביי "צומת ברוכין" אויף כביש 446 , א שטראוז וואס לויפט אריין אין די איינגענומענע געביטן נעבן ירושלים, דורך אן עקסידענט צווישן א פּאלעסטינער טראק און א מדינת ישראל’דיגע קאר ל"ע. די ווייטאג איז גאר גרויס ווייל אריאל האט געהאלטן אינגאנצן דריי וואכן פאר זיין חתונה. אריאל ע"ה איז אפּגעפירט געווארן אין א קריטישן צושטאנד אין פתח תקוה’ס ביילינסאן שפּיטאל וואו ער איז דערקלערט געווארן אלס נישט ביים לעבן ה"י. דער אומגעקומענער בחור איז געווען אן איינוואוינער פון דער הדר גנים געגנט אין פתח תקוה און א תלמיד אין דער ישיבה מעלה אליהו אין תל אביב. די לויה איז פארגעקומען דאנערשטאג נאכמיטאג און ער איז געקומען לקבורה אין סגולה בית עלמין אין פתח תקוה. יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל