אדמו"ר מ'סאטמאר (רז"ל) האט היינט  געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה בהנהלת ר' יואל מארקאוויטש, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים, און מען האט געהערט דברות קודש פונעם רבי'ן. נאכמיטאג האט די רבי געשריבן א אות אין די ספר תורה לע"נ ארי' לייב וויינער ע"ה ר'"מ בישיבתינו קרית יואל, און אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מעמד "חנוכת הבית" אין עטרת מייזעלס זאל, פאר אידן וואס האבן געגעבן $1,800 פאר די נייע בנין פון די תלמוד תורה בנין גאלדבערגער, בהשתתפות האדמו"ר. דערנאך האט די רבי געקלאפט א מזוזה אויף די הויפט אריינגאנג פון די תלמוד תורה .

די רבי איז דאן צוריקגעפארן קיין מחנה דברי יואל.

בילד




באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס, ערהאלט בילדער און דעטאלן פון די מערכת סאטמאר טעלעגראם טשענעל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל