אנטווערפן'ס טייך פאר תשליך
בעלגיע – מוניציפאלע אויטאריטעטן אין אנטווערפן האבן מסכים געווען אנצופילן אן אויסגעטרוקנט טייכל אין א פארק, אז די לאקאלע אידישע איינוואוינער זאלן קענען נוצן דאס טייכל פאר'ן הייליגן מנהג פון תשליך אויף ראש השנה תשע"ט הבעל"ט. דאס טייכל האט זיך אויסגעטרוקנט אין די לעצטע וואכן אלס רעזולטאט פון די שווערע היצן וואס הויערן אויף גאנץ אייראפע, איז אצינד באשלאסן געווארן, אז די אנטווערפענער פייער דעפארטמענט וועט אריינברענגען טויזנטער גאלאנען וואסער און דאס אריינפאמפען אינעם טייכל, צו זיין גרייט אויף ראש השנה. די אידישע קהילה וועט צושטעלן גרויסע קאנטעינארס לעבעדיגע פישלעך און זיי אריינשטעלן אינעם טייכל.

בילד



אויסשליסליכע באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל