ניו יארק – פרעזידענט טראמפ האט ביי א אויפטריט אין ניו יארק געווארענט גאווערנאר ענדרו קאומאו אז ער זאל זיך נישט פארמעסט מיט אים אין די וואלן אום 2020, זאגנדיג אז "סיי ווער עס לויפט אנטקעגן מיר ליידט". די באמערקונגען זענען געמאכט געווארן ביי א פאנדרעיזער וואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן אין אפסטעיט ניו יארק, וואו עס איז אויפגעטריבן געווארן געלט פאר די ווידערוויילונג קאמפיין פון א רעפובליקאנער קאנגרעס פארטרעטער, און איז געווען די ערשטע באזוך פון דעם פרעזידענט אין די אומגעגענט זינט ער האט געווינען די פרעזידענטשאפט.

דער פרעזידענט האט געזאגט אז קאומאו האט אים גערופן און צוגעזאגט אז ער וועט נישט לויפן אנטקעגן אים. די אפיס פון דער ניו יארקער גאווערנער האט נישט אפגעלייקענט אדער באשטעטיגט די קאמענטארן. טראמפ האט אויך קריטיקירט סענאטאר קירסטין דזשיליבראנד פון ניו יארק, וועלכע מאנכע גלייבן אז זי האט פרעזידענטליכע אמביציעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל