א היי סקול טיטשער פון סינסינעטי אהייא איז אדורכגעשווימען דעם אטלאנטישן ים אין א רעקארד שנעלקייט. ער האט זיך ארויסגעלאזט פון סט. דזשאנס אין ניופאונדלענד, און נאך 38 טעג, 6 שטונדן און 49 מינוט, איז ער אנגעקומען מוצאי שבת אינעם סט. מערי אינזל פון סיציליע, נעבן ענגלאנד’ס דרום-מערב עק. דער 37-יעהריגער אטלעט האט געצויגן באגריסונגען פון פאמיליע-לייט און צוקוקער בעת ער איז אויסגעשטיגן פון זיין 20-פיסיגן שיפל און איז ארויפגעקומען אויפ’ן האפן פון סט. מערי הארבאר נאכ’ן אפּשווימען מער ווי 2,000 מייל. א פּאר מאל אינמיטן וועג האט ער זיך שיער דערטראנקען, דורכמאכנדיג הויכע ים-וואלן און דעם סוף פון א האריקעין וואס האט אים אנגעטראפן אינמיטן וועג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל