די שטאטישע פּאליציי האט ארעסטירט 32 מענטשן אויף דראגס און געמבלינג קלאגעס נאכ'ן אויפברעכן א גרויסע אונטערוועלט-נעטווארק אין מאנהעטן. נאכ'ן צוערשט אנטדעקן א גרויסן קאקעין און העראאין דיסטריבוציע נעטווארק אנגייענדיג אין די איסט-ווילעדזש האבן זיי, נוצנדיג ווייערטעפּינג (אונטערהער) רעקארדירונגען, אנגעטראפן א גרויסע געמבלינג-אפּעראציע אין די וועסט-ווילידזש סערווירנדיג א קליענטעל פון ניו יארק פּראפעסיאנאלן, און אלס רעזולטאט זענען ארעסטירט געווארן 32 אינדיווידועלן אין ניו יארק סיטי, מאסאטשוסעטס, דזשארדזשיא און פלארידא. דער הויפּט פונעם רינג איז אידענטיפיצירט אלס דעיוויד דיאז, 57 יאר אלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל