סינסינעטי, אָהייאָ - א עלף-יעהריגע מיידעל איז געכאפט געווארן מאנטאג 9:30 אווענט שאפּליפט'ן (גנב'נען פון א געשעפט) פון די "קראָגער" סופערמארקעט אין ספרינג גראוו ווילעדזש, ווען זי האט אריינגעלייגט פּראָדוקטן אין איר רוקן-זאק, און די געשעפט אויפזעהער האט גערופן די פאליציי. די טינעידזשער האט נישט קאאפערירט, און אנגעהויבן צו אנטלויפן, און א פאליציי אפיציר האט גענוצט א טעיזער גאן (וואס שיקט עלעקטרישע שאַקן, וואס פאראליזירט צייטווייליג דעם באטראפענער) איר אפצושטעלן.

די מיידל איז אריינגעפירט געווארן אין די קינדער שפיטאל, אבער אהיימגעשיקט געווארן נישט לאנג שפעטער. די פאליציי האט אנגעקלאגט דעם מיידל אויף גניבה און אבסטרוקציע באַשולדיגונגען.

עליאט אייזעק, דער הויפט פון די סינסינעטי פאליציי, האט געעפנט א אויספארשונג איבער די אינצידענט. די פאליציי'ס אינערליכע גיידליינס (זעה כללים ביים ענדע פון די ארטיקל) ערלויבט דאס נוצן א טעיזער פאר קינדער פון 7 יאהר און עלטער, אבער די 55-יעהריגער אף-דוטי אפיציר קעווין בראון וואב האט גענוצט די טעיזער, איז געשטעלט געווארן אויף "באגרעניצטע פליכטן" ("רעסטריקטעד דוטיס") ביז די אויספארשונג איז פארענדיגט.

בילד: א טעיזער

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל