קאנאדע – א גאר מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין קאנאדע, וואו א פרוי האט ארומגעדרייווט אין א גע'גנב'עטן קאר וואס זי האט ניטאמאל געוואוסט אז ס'איז גע'גנב'עט. די פרוי האט געדונגען א קאר אין קארנוואל, אנטעריא, און איז געפארן צו א לאקאלן וואלמארט איינצוקויפן. ביים ארויסקומען, האט זי נישט געקוקט געהעריג וואס זי טוט, און האט זיך אריינגעזעצט אין א צווייטנ'ס קאר און אנגעהויבן אוועקפארן. וויבאלד דער ספעציעלער קנעפל פונעם שליסל-לאזן קאר איז געלעגן אינעווייניג, האט דער קאר זיך געדרייווט געהעריג, און די פרוי האט נישט געכאפט וואס דא פאסירט. דערווייל איז דער אייגנטימער פונעם קאר ארויסגעקומען פון וואלמארט און געזען אז זיין קאר איז פארשוואונדן געווארן, און ער האט דאס באריכטעט פאר די פאליציי. צוויי וואכן האט די פרוי ארומגעפירט דעם גערויבטן קאר, און דער ערנסטער טעות איז ערשט אויפגעדעקט געווארן ווען די פרוי האט צוריקגעברענגט דעם קאר צו דער רענטל פירמע, וועלכע האט געזען אז דאס איז נישט דער קאר וואס זיי האבן געהאט פארדינגען פאר דער פרוי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל