וואשינגטאן – פאסאזשירן וועלן האבן שוועריגקייטן צו זען קאמפענסאציע אדער סיי וועלכע צוריקצאלונג, אין פאל זיי ווערן סעקירט אדער געטשעפעט דורך טי-עס-עי אגענטן אין אמעריקאנער לופטפעלדער פון היינט און ווייטער. דאס איז קלארגעשטעלט געווארן אין א פעדעראלער אפעלאט געריכט, וועלכע האט נעכטן געאורטיילט, אז די טי-עס-עי אגענטן, וועמענס דזשאב איז אונטערצוזוכן פאסאזשירן אין לופטפעלדער, קענען נישט ווערן געקלאגט מיט קלאגעס פון "איבערפאל", "פאלשע ארעסט" און ענליכע זאכן. דאס געריכט האט געזאגט אז די טי-עס-עי אגענטן זענען נישט קיין לאו-ענפארסמענט אפיצירן אדער אויספארשער, נאר זייער ציל איז טאקע דאס, פיזיש אונטערצוזוכן די פאסאזשירן, און דעריבער איז נישטא קיין וועג זיי זאלן קענען טאן זייער דזשאב, אויב קענען זיי געקלאגט ווערן פאר די סארט זאכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל