מאנהעטן – דער ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא און זיינע באגלייטער, האבן פארלעצט גרעניץ און אימיגראציע געזעצן, סיי פון דער אמעריקאנער און סיי פון דער מעקסיקאנער רעגירונג, ביים אריבערגיין די גרעניץ צווישן די צוויי לענדער צופיס. דעבלאזיא האט באזוכט ביים מעקסיקא-אמעריקע גרעניץ אין על פאסא, טעקסאס מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען עס האט זיך גערודערט איבער'ן לאנד מיט דער טראמפ פאליסי פון צעטיילן קינדער אימיגראנטן פון זייערע עלטערן. אין א בריוו באשולדיגט די קאסטומס און גרעניץ פאטראל אגענטור, אז דעבלאזיא איז געווארנט געווארן ביי זיין באזוך, נישט אריבערצוגיין צופיס די גרעניץ, אבער ער האט איגנארירט אלע אנווייזונגען. דעבלאזיא האט נעכטן געלייקנט די באשולדיגונגען.
הוסף רשומת תגובה