וויסקאנסין – א פייערלעשער איז אומגעקומען, און אמווייניגסטנס פופצן אנדערע זענען שווער פארוואונדעט געווארן, ווען א נאטורליגע גאז ליניע האט אויפגעריסן אין א מאכטפולן פייער. די פייערלעשער זענען אנגעקומען אויסצופארשן א גאז ארויסרינונג אין דער סאן פרערי געגנט אינדרויסן פון מעדיסאן, וויסקאנסין, ווען פלוצלינג האט די גאז ליניע עקספלאדירט, האט אויפן ארט פלאך געמאכט דריי גאנצע געביידעס, און פארכאפט עטליכע אנדערע אין פלאמען. צווישן די פופצן פארוואונדעטע, זענען אויך דא 5 פאליציי אפיצירן און פייערלעשער, אבער אלע זענען דערווארט איבערצולעבן, האבנדיג געליטן רעלאטיוו-מילדע וואונדן, בעיקר פון פליענדיגע שטיקער ברוכווארג און בראנד-וואונדן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל