קאליפארניע – דער עמעזאן וועבסייט האט נעכטן נאכאנאנד געקראכט, שאפנדיג ערנסטע קאפווייטאג פאר די אינטערנעט ריז, שטייענדיג אין זייער וויכטיגסטן טאג, ווען זיי פייערן דעם "עמעזאן פריים טאג" מיט ספעציעלע סעילס פאר "פריים" מעמבערס. עמעזאן האט נישט געהעריג רעאגירט נעכטן איבער אנפראגעס ארום די וועבסייט פראבלעמען, נאר איינקויפער האבן זיך פשוט באגעגנט מיט א מאדנעם בילד און מעסעדזש, אז עפעס איז דא א פראבלעם מיט עמעזאן'ס סערווערס. עקספערטן האבן נעכטן געזאגט אז די וועבסייט פראבלעמען קאסטן מיליאנען דאלארן אין פאטענציעלע פארדינסטן פאר עמעזאן, וואס זי פארלירט מיט יעדער מינוט וואס דער וועבסייט ארבעט נישט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל