א פאליטישער מארד וואס איז דורכגעפירט געווארן אין מעקסיקא האט געברענגט אז די פעדעראלע פאליציי האט ארעסטירט די גאנצע פאליציי קראפט פון א קליינע שטאט אין מעקסיקא.

פעדעראלע אויטאריטעטן אין מעקסיקא מוטשענען זיך גאר שטארק אויסצוראטן ארגאניזירטע פארברעכן און מערדערישע גרופעס, וועלכע פארמאגן שטארק מאכט איבער מעקסיקא, און טיילמאל פארמאגן זיי שטארקע איינפלוס, אדער פולע קאנטראל, אויף לאקאלע רעגירונגען.

דער ארעסט, פון אלע 27 פאליציי אפיצירן איאיינעם מיט׳ן פאליציי הויפט, איז דורכגעפירט געווארן אין דער קליינער שטאט אקאמפא.

דאס קומט נאכדעם וואס א לאקאלער פאליטיקאנט, וואס האט זיך געגרייט צו לויפן אין די וואלן דעם זונטאג פאר מעיאר פון דעם שטאט מיט אירע 24,000 איינוואוינער, איז דערשאסן געווארן.

בילד

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל