דענמארק – א פאליטישע דראמא שפילט זיך אפ אין דענמארק, וועלכע קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן אויף דער ארטיגער אידישער געמיינדע, איבער דער מצוה פון ברית מילה. די רעדע איז פון אן אינטערנעט פעטיציע וואס אנטי-מילה אקטיוויסטן האבן געלאזט אין גאנג מיט צוויי מאנאטן צוריק, צו פארלאנגען פונעם ארטיגן פארלאמענט דורכצופירן א פארבאט אויף ברית מילה, און ווי עס האלט יעצט, האט שוין די פעטיציע באקומען 92 פראצענט פון די פארלאנגטע פופציג טויזנט אונטערשריפטן וואס ס'פעלט זיך אויס צו קענען צווינגען דעם פארלאמענט כאטש אפצוהאלטן אן אפשטימונג אויף א מעגליכן פארבאט. אצינד גרייט זיך דער פארלאמענט צו דעבאטירן די אישו פון ברית מילה, און ווי עס שטעלט זיך ארויס, זענען פאליטישאנס פון דער פירנדער פארטיי אינעם פארלאמענט צעשפליטערט איבער דער אישו, ווען האלב פארשטייען אז א ברית–מילה–פארבאט, חלילה, באדייט רעליגיעזע דיסקרימינאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל