וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען א נייעם לויער אנצופירן זיין גרופע לויערס וועלכע פארטיידיגן אים אין דער אנגייענדיגער אויספארשונג וואס ווערט געפירט דורכ'ן פראקוראר ראבערט מוללער. דער נייער לויער איז עמעט פלאד, וועלכער איז א באקאנטער פיגור אין וואשינגטאן די-סי, און ספעציפיש איז ער באקאנט צוליב וואס ער האט רעפרעזענטירט ביל קלינטאן בשעת דער סענאט האט אפגעהאלטן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן אים. דאס אויפנעמען פלאד קומט אינעם זעלבן טאג וואס מ'האט געהערט אז טראמפ'ס ביז יעצטיגער הויפט לויער, טאי קאב, וועט רעטייערן ענדע מאנאט, און געוויסע באריכטן צייגן אז טראמפ איז נישט געווען צופרידן פון קאב'ס ווייכער צוגאנג צו דער מוללער אויספארשונג, און וויל מער אגרעסיוו קעמפן.
הוסף רשומת תגובה