ניו יארק – מעיאר ביל דיבלאזיא האט געמאלדן אז די שטאטישע פערי שיף סערוויס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין גאר פאפולער, אז זי שאצט אז אירע שיפן וועלן פירן אזויפיל ווי 9 מיליאן פאסאזשירן א יאר ביז'ן יאר 2023 - קנאפע דאפעלט די צאל ווי אריגינאל געשאצט. דער מעיאר האט געזאגט, אז די שטאט וועט אינוועסטירן נאך 300 מיליאן דאלאר אין די קומענדיגע יארן צו קענען נאכקומען דעם פארלאנג און דערמיט איינקויפן נייע שיפן, פארבעסערן די טערמינאלן און עפענען א נייע הויף וואו מען וועט קענען פארריכטן די שיפן. די ניו יארק סיטי פערי שיפן האבן אנגעהויבן קורסירן פארגאנגענעם מאי און געפירט 3.7 מיליאן פאסאזשירן אינעם ערשטן יאר, מיט בלויז פיר פון די געפלאנטע זעקס רוטס וואס זענען געווען אפן. אריגינאלע שאצונגען האבן גערעכנט צו האבן 4.6 מיליאן פאסאזשירן ווען אלע רוטס וועלן זיין אין דינסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל