טעהראן – אן איראנער-בריטישער בירגער, און אן איראנער וועלכער האט אמאל געארבעט פאר דעם בריטישן קאנסולאט אין איראן, וועלכע זענען ביידע געפארן קיין איראן אויף א פריוואטער רייזע צו באזוכן פאמיליע מיטגלידער דארטן, זענען ארעסטירט געווארן, ווערנדיג די לעצטיגע ארעסטירטע מערב וועלט בירגער אינעם איסלאמישן רעפובליק. די איראנער רעגירונג האט גארנישט קאמענטירט אויף די באריכטן פון די ארעסטן, און עס איז נאר באריכטעט געווארן דורך "איראן-ווייער", א נייעס אגענטור וועלכע איז געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק דורך מאזיר באהארי, אן איראנער-קאנאדישער זשורנאליסט וועלכער איז אויך מיט עטליכע יאר צוריק געווען אונטער ארעסט אין איראן. די ארעסט פון די צוויי בריטישע קומט עטליכע טעג נאכ'ן ארעסט פון אבאס עדאלאט, א בריטישער-איראנער פראפעסאר, וועלכער ווערט באשולדיגט דורך איראן אין אנפירן די 09' פראטעסטן אין די גאסן פון איראן.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל