ארמעניע – די פאליטישע אומרוען אין ארמעניע גייען ווייטער אן, נאכדעם וואס דער ארטיגער פארלאמענט האט געשטימט קעגן אויפנעמען דעם אפאזיציע פירער, ניקאל פאשיניאן, אלס נייער פרעמיער מיניסטער. די אומרוען האבן זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען איבער הונדערט טויזנט האבן זיך פארזאמלט אין די גאסן פונעם ארטיגן הויפטשטאט יערעוואן, וואס די פראטעסטן האבן ארויסגעצוואונגען פרעמיער מיניסטער סערזש סארזשיאן פון אמט, נאך צען יאר אויפן בענקל. פאשיניאן האט אריינגעגעבן זיין נאמען צום פארלאמענט, אז מען זאל אים נעמען אלס נייער פרעמיער מיניסטער, אבער א מערהייט פארלאמענט מיטגלידער האבן געשטימט דערקעגן, וואס האט געברענגט אז זיינע מאסן שטיצער זענען ארויסגעקומען פריש פראטעסטירן קעגן דער רעגירונג. פאשיניאן האט אבער נעכטן נאכמיטאג געבעטן א צייטווייליגן אפשטעל צו די פראטעסטן, ווייל ער פירט געשפרעכן מיט'ן פארלאמענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל