לואיזיאנא – א אידישע פרוי וועלכע האט געהאלפן צוריקשטעלן א אידישע קאנגרעגעישאן אין ניו ארליענס נאך האריקעין קאטרינע, איז געשטארבן אין עלטער פון 83 יאר. פרוי דזשעקי גאטהארט (Jackie Gothard) האט געדינט אלס אקטיוויסט אינערהאלב די בית ישראל קאנגרעגעישאן ווען דער האריקעין איז אנגעפאלן, און דער שוהל פון די קאנגרעגעישאן איז כמעט אינגאנצן חרוב געווארן. פרוי גאטהארט האט געהאלפן אפירזוכן און באערדיגן צוויי ספרי תורה פונעם שוהל, וועלכע זענען אינגאנצן נאס און פסול געווארן פונעם האריקעין, און אויסער דעם האט זי געהאלפן זאמלען געלט צו פאררעכטן איין ספר תורה וואס מ'האט נאך יא געקענט פאררעכטן און איבערנוצן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל