ווירדזשיניע – נעכטן האט מען געהערט פון א פרישע רעטייערמענט פון א רעפובליקאנער אין קאנגרעס, ווען דער ווירדזשיניע קאנגרעסמאן טאם גערעט האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. גערעט איז געווען פארוויקלט אין עטליכע קאנטראווערסיעס, אריינגערעכנט אז ער האט גענוצט זיינע געהילפן און ראטגעבער אלס פריוואטע שקלאפן – און גערעט האט נעכטן געזאגט אז די באריכטן זענען נישט אמת, נאר וויבאלד ער ליידט פון אלקאהאליזם, האט ער באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג. דאס געבט א שטיקל שאנס פאר די דעמאקראטן צו פרובירן צו טרעפן א גוטן קאנדידאט, צו פארכאפן דעם קאנגרעס זיץ פון די רעפובליקאנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל