נאך 36 יאר פארטרעטן די היימישע בארא פארק אינעם סטעיט אסעמבלי, האט דער בארימטער וועטעראן-פאליטיקאנט, דוב הייקינג, היינט מיטוואך געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אויף נאך א טערמין.

דוב הייקינג איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, און איז דורכאויס די זעכציגער און זיבעציגער יארן געווארן אקטיוו אין פארשידענע עסקנות'ער לטובת די אידן וואס זענען געווען פארכאפט אינעם סאוועטן פארבאנד. הייקינד האט אויך א סך געטאן לטובת ארעמע און באקריוודעטע אידן, ווי אויך האט ער אנגעפירט און טיילגענומען אין א ריי טעטיגקייטן קעגן שנאת ישראל.

דוב איז דערוועלט געווארן צום 48'סטן דיסטריקט פונעם סטעיט אסעמבלי, וואס נעמט אריין די היימישע בארא פארק, אין 1983, וואו ער איז באלד געווארן א פאפולערע פאליטיקאנט און רעספעקטירטע פיגור און נאכאנאנד געוואונען ווידערוויילונג פאר די פאלגנדע 36 יאר.

דורכאויס זיין קאריערע אינעם אסעמבלי, האט הייקינג זיך אויסגעצייכנט מיט אומדערמידליך שתדלן און ארבעטן לטובת אומצאליגע צוועקן, ציבור'שע ענינים, און הילף פאר יחידים אין א ריי אנגעלעגנהייטן.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל