עטליכע קאנסיללייט פון מאנהעטן ווילן דורכפירן א געזעץ, אז א צאל פארקינג-פלעצער זאלן געווידמעט ווערן בלויז פאר ארטיגע אויטאמאביל-אייגנטימער.

דער פלאן צילט בעיקר דעם אויבערשטן טייל פון מאנהעטן, הארט נאך דער וואשינגטאן בריק, וואו א סך אויסשטאטישע מענטשן פארקירן זייערע אויטאמאבילן און נעמען דאן דעם סובוועי ביז זייערע ארבעטס-פלעצער טיפער אין שטאט. אלס רעזולטאט, טרעפן זיך די איינוואוינערס פון די באטרעפנדע געגנטן מיט אלע פארקיר-פלעצער פארנומען דורך פרעמדע.

דאס געזעץ, וואס וועט פארגעשלאגן ווערן אינעם סיטי-קאנסיל נאך היינט, וועט דעזיגנירן באשטימטע פארקיר-פלעצער פאר לאקאלע איינוואוינערס, וועלכע וועלן באקומען ספעציעלע פערמיטן אוועקצושטעלן ביים פראנט פענסטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל