רעקיאוויק – א יורידישע קאמיטע אינערהאלב אייסלאנד'ס פארלאמענט, האט ארויסגעגעבן א רעקאמענדאציע, אז מען זאל גענצליך אנולירן דעם ביל וועלכע רופט ארויפצושטעלן א פארבאט אויף ברית מילה, געבנדיג גרויס האפענונג אז די גזירה, וואס הענגט שוין עטליכע וואכן קעגן מצות מילה אין אייסלאנד, וועט ענדליך בטל ווערן. ביז מיט עטליכע טעג צוריק האט אויסגעזען ווי דער פארלאמענט גרייט זיך צו געבן זייער באשטעטיגונג אויפ'ן ביל, וואס האט געברענגט גרויס זארג פאר דער דארטיגער קליינער אידישער געמיינדע, אבער נאך אן אינטערנאציאנאלן דרוק קאמפיין, אריינגערעכנט פון אמעריקאנער קאנגרעסלייט, זעט אויס ווי די גזירה איז פאראיבער בס"ד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל