ווארשא – צענדליגער רעכטע נאציאנאליסטן האבן זיך נעכטן פארזאמלט פארנט פון דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין ווארשא, פוילן, צו פראטעסטירן קעגן רעסטיטוציע פון אידישע פראפערטיס און נכסים. דער אמעריקאנער קאנגרעס האט מיט עטליכע טעג צוריק פאראייניגט באשטעטיגט א ביל, וועלכע רופט די אמעריקאנער רעגירונג ארויסצוהעלפן אידישע האלאקאוסט איבערלעבער און זייערע יורשים צו קענען גרינגער צוריקבאקומען הייזער און אנדערע נכסים וואס האט באלאנגט פאר זיי בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג אין פוילן. די רעכטע, טיילווייז נעא-נאצישע, באוועגונג אין פוילן ברויזט געפערליך אויף דעם, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז מ'וועט ארויסרייסן געלטער און נכסים פון דער פוילישער עקאנאמיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל