וואשינגטאן – ראני דזשאנסאן, פרעזידענט טראמפ'ס נאמינירטער צו פירן די פעדעראלע וועטעראנען אנגעלעגנהייטן אגענטור, האט נעכטן אינדערפרי געמאלדן אז ער ציט זיך ארויס פון דער נאמינאציע. זיין באשלוס קומט נאכדעם וואס ער איז געקומען אונטער שארפע קריטיק איבער באשולדיגונגען אז ער טוט זיין ארבעט אלס ווייסער הויז דאקטער אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל, און אז ער נוצט זיין אויטאריטעט אלס דאקטער צו פארטיילן אומלעגאל דראגס און טאבלעטן פאר אנדערע. דזשאנסאן האט קאטעגאריש געלייקנט די אלע באשולדיגונגען, אבער נישט וועלנדיג דורכגיין די שווערע סענאט פארהערן, האט ער באשלאסן זיך ארויסצוציען. טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער האט שוין באשלאסן וועמען צו נאמינירן.
הוסף רשומת תגובה