א ריזיגע שטודיע דורכגעפירט אין בריטאניע מיט איבער 60,000 באטייליגטע צייגט אז טרונקען מער אלקאהאל ווי עס איז רעקאמענדירט לויט די געזונט פארשריפטן קען זיין געפארפול און פאטאל, די לאנגיעריגע שטודיע זאגט אז 10 ביז 15 אלקאהאלישע געטראנקן א וואך נעמען אראפ אין דורכשניט צווישן איין און צוויי יאר פונעם לעבן. און איבער 18 געטראנקן א וואך קענען אראפנעמען ארום 4 ביז 5 יאר פונעם לעבן. די ערלויבטע צאל געטראנקן אונטער די פארשפריפטן פון די אמעריקאנער עף-די-עי רעקאמענדירט נישט מער פון 14 געטראנקן א וואך פאר מענער און 7 פאר פרויען. איין געטראנק איז 12 אנסעס פון ביר אדער 6 אנסעס פון וויין. די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן אין 19 לענדער און צייגט אז ארייננעמען מער אלקאהאל האט א דירעקטע עפעקט אויף א רייע געזונטהייט פראבלעמען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל