וואשינגטאן – אין דאקומענטן וואס די אמעריקאנער ווארעמביער פאמיליע האט אריינגעגעבן נעכטן אין פעדעראלן געריכט אין וואשינגטאן די-סי, קלאגן זיי דעם רעזשים פון קים יאנג אן אין צפון קארעא, זאגנדיג אז זייער קינד איז אויסגעשטאנען ברוטאלע פייניגונגען בשעת'ן זיין אונטער ארעסט דורך דעם צפון קארעא רעזשים. דער אמעריקאנער יוגנטליכער אטא ווארעמביער איז פאראיאר באפרייט געווארן דורך צפון קארעא נאך 17 מאנאטן ברוטאלע ארעסט, אבער ער איז געשטארבן א קורצע צייט נאכ'ן צוריק אנקומען אהיים קיין אמעריקע, און זיינע עלטערן באשולדיגן דעם רעזשים אין זיין טויט. די אנקלאגע קומט בשעת מען פלאנירט די זיצונג צווישן טראמפ און קים יאנג אן, און די אנקלאגע קען מאכן די גאנצע זאך מער קאמפליצירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל