אלבאני – דער ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל, עריק שניידערמאן, האט נעכטן געשיקט א ביטע צו גאווערנאר ענדרו קאומאו און דער סטעיט לעגיסלאטור, אז זיי זאלן באשטעטיגן פאר אים און אנדערע לאקאלע פראקורארן די מאכט צו ברענגען קרימינאלע קלאגעס אפילו קעגן אזעלכע מענטשן וועמען פרעזידענט טראמפ פארדאנירט און טוט ריינוואשן. שניידערמאן שרייבט אין זיין ביטע, אז ניו יארק סטעיט'ס געזעצן פארמאגן א לאך וועלכע טוט בלאקירן די סטעיט פון ברענגען סטעיט קלאגעס קעגן אזעלכע וואס זענען ריינגעוואשן געווארן דורך א פרעזידענטליכן פארדאן פון פעדעראלע קלאגעס, און ער וויל אז קאומאו און די לעגיסלאטור זאלן פארשטאפן דעם לאך.

שניידערמאן זאגט נישט דערווייל ספעציפיש קעגן וועמען ער קלערט צו ברענגען קלאגעס, אבער ער האט זיך ביז יעצט שוין אויך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטייפער ליבעראלער קעמפער קעגן פרעזידענט טראמפ אויף עטליכע פראנטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל