וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס באריכטעט, אז יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי ברויזט שטארק אויף דער טראמפ אדמיניסטראציע, איבער דעם וואס זיי האבן איר געמאכט אויסזען ווי א חוזק ביים זאגן אנדערש ווי איר איבער די אישו פון פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד – ווי נעכטן באריכטעט. דער טיימס ברענגט נאך פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער קוועלער, אז טראמפ'ס נאענטע זענען ערנסט באזארגט, אז אויב דעם פרעזידענט'ס אנקעטע ציפערן בלייבן זייער נידריג, און ער ווערט נאר מער אריינגעשלעפט אין די אויספארשונגען און סקאנדאלן, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט רעזיגנירן, און ער וועט לויפן אויף א טיקעט אינאיינעם מיט ניקי העילי, אין א רעפובליקאנער פריימערי קעגן טראמפ אין יאר 2020.

בילד



באזונדער האט "סי-ען-ען" פובליצירט אן אינטערעסאנטן ארטיקל, וואו זיי ברענגען נאך פון רעפובליקאנער סענאטארן און קאנגרעסלייט, וועמען זיי האבן געפרעגט צי זיי וועלן שטיצן טראמפ פאר א צווייטן טערמין, און פילע האבן נישט געוואלט זאגן קלאר אז יא.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל