דריטע טייל אין די סעריע. לייען ערשט די צווייטע טייל

דער שמועס איבער די פארגאנגענע צוויי וואכן האט זיך געצויגן ארום דער וויכטיגקייט פון אוועקשטעלן א בודזשעט, א חשבון אויף די איינקונפטן און אויסגאבן. דערנאך האבן מיר גערעדט וועגן דעם מהלך וואס איז כדאי צו נעמען, און קומט איינגעטיילט אין דריי שטאפלען. מיר האבן אונטערגעשטראכן, אז די וויכטיגסטע קאמפאנענטן אינעם איינשטעלן א חשבון זענען געדולד, סיסטעמאטישקייט, און "התמדה" – אנגיין דערמיט און אומאויפהערליך טאן די זעלבע זאך, אפילו ס'וועט אין אנהייב אויסזען צוועקלאז; אפילו עס פירט נישט צו קיין ממשות'דיגע רעזולטאטן.

סוף כל סוף, נאכ'ן נאכפאלגן דעם מהלך פאר א שטיק צייט – דריי-פיר חדשים איז מסתמא א רעאליסטישע שאצונג – וועט איר אין א מזל'דיגער שעה האבן דערגרייכט דעם ערשטן, אבער אויך וויכטיגסטן ציל פון מאכן א בודזשעט: איר וועט וויסן וואו איר האלט אויף דער וועלט.

בילד

קליינגעלט קעסטל
דאס וויסן וויפיל דאס לעבן קאסט איז די וויכטיגסטע זאך אין א בודזשעט. און ס'איז כמעט אוממעגליך צו וויסן וויפיל דער ציפער באטרעפט אן פריער פירן א חשבון ווי פארגעשריבן פאר א שטיקל צייט. מענטשן האבן א נטי' זיך צו נארן. דער שנעלער חשבון אין קאפ פירט נישט צו דעם ציל. אפילו אויב עמיצער זאל האבן א שטיקל בילד וויפיל דאס לעבן קאסט, קומט עס נישט צו צו א חשבון אראפגעשריבן (אדער עלעקטראניש רעקארדירט). ס'איז אוממעגליך אריינצונעמען אלעס אין חשבון, אויב ווערט ער געמאכט אין קאפ. ס'איז נאך שווערער צו מאכן שינויים און תיקונים, ווען דער חשבון מיט די ציפערן שטייען נישט פאר די אויגן.

א בודזשעט מיינט גענוי דאס: א חשבון. אונזער ציל איז טאקע צו באלאנצירן דעם בודזשעט; אבער כדאי דאס זאל קענען געשען, מוז דער בודזשעט פריער געמאכט ווערן. דער בודזשעט קען נישט באלאנצירט ווערן איידער ער עקזיסטירט.

זייער פון אונז וועלן זיך נאכ'ן פירן דעם עטליכע-חדשימ'דיגן חשבון טרעפן מיט "לעכער". ס'איז מסתבר אנצונעמען אז ביי רוב פון אונז שטימען נישט די הוצאות מיט די הכנסות. אבער איידער מען נעמט זיך צו דער באלאנץ-ארבעט, פון אראפצונעמען און צולייגן אויף די צוויי זייטן פונעם וואגשאל, דארף מען פריער טרעפן די לעכער אינעם חשבון. מען דארף די לעכער געפינען און פארשטאפן, אדער כאטש פארקלענערן, מינימיזירן. ערשט נאך דעם קען מען זיך נעמען צו טרעפן מיטלען און אופנים וויאזוי צו פארקלענערן די הוצאות און/אדער פארגרעסערן די הכנסות.


מיט לעכער מיינט דער פסוק, אויסגאבן וואס זענען איבעריג. דאס מיינט נישט דווקא קויפן זאכן וואס מען דארף נישט: יעדע פרוטה וואס ווערט אויסגעגעבן אן דעם וואס ס'זאל זיין א מוז, איז אריינגערעכנט אינעם כלל פון לעכער. שפענדן צוויי דאלאר אויף א חפץ וואס קען ערגעץ אנדערשוואו געקויפט ווערן פאר אביסל ביליגער איז אויך אריינגערעכנט אין דעם כלל. די דיפערענץ צווישן וואס די זאך מוז קאסטן און וויפיל איז דערפאר למעשה געשפענדעט געווארן, איז א לאָך.

קליינגעלט: שפארן תשובת המשקל

יעדעס מאל איר שפענדט געלט אויף עפעס אויסער א נויטווענדיגקייט, לייגט קעגן דעם אוועק דעם זעלבן סכום. אויב איר זענט צום ביישפיל א רויכערער, לייגט אוועק פאר יעדן געקויפטן שאכטל ציגארעטלעך צען-צוועלף דאלאר. דאס וועט העלפן פארשטיין וואס די אויסגאבע מיינט פאר אייער טאש, און איר וועט נאך ארויסגיין מיט עפעס ריווח אויך.


און געדענקט דעם כלל: אויב איר קענט זיך נישט דערלויבן אוועקצולייגן דעם זעלבן סכום, קענט איר זיך אויך נישט דערלויבן די אויסגאבע לכתחילה.

דער ציל מיט דעם איז צווייפאכיג. ראשית כל, דארפן מיר זיך פשוט צוגעוואוינען צו בודזשעט-פירן. מיר רעדן דאך פון א נייעם רוטין, וואס איר וועט בלייבן טאן פאר'ן רעשט פונעם לעבן. מיר זענען פארנומענע מענטשן מיט אן אנגעשטרענגטן סדר היום, וואס האט נישט קיין פלאץ פאר דער מינדסטער פרישער אויפגאבע. דערפאר איז פאר אלעם וויכטיג ביז גאר צו פארזיכערן אז די נייע פאראנטווארטליכקייט באזעצט זיך באקוועם אריין אין אונזער סדר החיים. אנדערש וועלן מיר זייער שנעל אנהייבן נאכלאזן, און איידער וואס-ווען-ווי וועט דער חשבון צערינען.

דער צווייטער ציל צו באקומען א קלאר בילד וואו אונזער קאסע האלט אויף דער וועלט. אפילו מיר זאלן וויסן פון אויסנווייניג דעם גאנצן חשבון פון די פרטים מיט וועלכע אונז אנהייב-בודזשעט פארנעמט זיך, וועט דער זכרון נישט פארנעמען דאס פלאץ פון א געשריבענעם חשבון מיט ציפערן בכתב. דאס איז נישט בלויז פסיכאלאגיש, נאר אויך פראקטיש. א חשבון האט ליב זיך צו טרעפן אנגעטאן אין הארטע ציפערן.

דער פשוט'ער בודזשעט זאל בלייבן אן קיין שינויים און הוספות פאר לכל הפחות דריי חדשים. דורכאויס דעם דאזיגן צייט-אפשניט וועט דער בודזשעט-גאסט האפנטליך באווייזן צו ווערן א תושב ביי אונז אינדערהיים, און מיר וועלן דעם חשבון פירן בתורת אויטאמאטיש.

קליינגעלט: סעיל מעניו
שטעלט אויס אינדערהיים א סיסטעם, אז די "מעניוס" פון די נאכטמאל-מאלצייטן זאל באשטיין פון עסנווארג און "אינגרידיענטס" וואס זענען אויף סעיל. יעדער גרעסערער גראסערי שטעלט ארויס וועכנטליכע "ספּעשלס", און דורכ'ן מסדר זיין דעם מעניו ארום די דאזיגע "ספּעשלס" שניידט איר אויטאמאטיש פון אייער וועכנטליכן גראסערי-בודזשעט.

איינע פון די וויכטיגע אויפגאבעס וואס א בודזשעט קומט אויספירן איז דאס העלפן דעם מענטש געפינען די לעכער. ווען די ציפערן דרייען זיך אין קאפ, איז דער חשבון א גרויסער בער און די "קלייניגקייטן", ווי פארשטאפן לעכער, ווערן פארלוירן.

פארשטאפן די לעכער אינעם בודזשעט קומט פריער ווי דאס אים באלאנצירן, ווייל אינעם סך הכל סוף כל סוף וועט די ארבעט ליגן אין די קליינע ציפערן. אינעם קאנטעקסט פונעם גאנצן גרויסן בודזשעט, וועלן די אויסגלייכונגען און תיקונים זיך אפגעבן מיט קליינע נומערן. דערפאר איז וויכטיג איידער'ן מאכן שינויים זיכער צו מאכן אז די "רערן" דורך וועלכע דאס געלט לויפט אריין און ארויס זענען גאנץ און שטארק, און אז גארנישט פליסט נישט ארויס אונטערוועגנס.

דאס באלאנצירן דעם בודזשעט איז נישט אייביג קיין גרינגער עסק. ס'איז גראדע רוב מאל נישט אזוי שווער ווי מ'וואלט זיך פארגעשטעלט, אבער עס פארלאנגט ארבעט און שעפערישקייט. עס פאדערט בדרך כלל אויך קרבנות און מוותר זיין, אפילו אויב נאר צייטווייליג, אויף פארשידענע זאכן און באקוועמליכקייטן. דערפאר איז כדאי צו מינימיזירן די שוועריגקייטן אויף ווי ווייט מעגליך. עס העלפט אויף למעשה, ווען מען קומט אן צו דעם פונקט פון באלאנצירן דעם בודזשעט-וואגשאל, ווייל וואס קלענער דער דעפיציט, אלס געצוימטער וועלן זיין די שניטן און אלס גרינגער וועט זיין זיי דורכצופירן. אבער חוץ מזה, וועט פאר'ן מענטש זיין סך גרינגער זיך צו נעמען דערצו, ווען אלע אנדערע מיטלען ביז אהין זענען שוין געטאן געווארן. ווען ס'וועט קומען צו די שניטן און שינויים, און דער בעל הבודזשעט וועט כאפן א בליק אויפ'ן חשבון און זען ווי ווייט די שריט ביז אהער האבן אים געפירט, וועט ער באקומען קוראזש און מוט צו דערגיין ביז'ן סוף.

רוב פון די בודזשעט-לעכער נעמען זיך פון רגילות. ס'איז אבער נישט אייביג א שלעכטע געוואוינהייט וואס האט זיך איינגעבירגערט אינעם רוטין. א סך אומנויטיגע אויסגאבן קומען פון דעם, וואס מ'האט זיך צוגעוואוינט צו "פארגרינגערן" דורך נישט אומקוקן זיך אויף די פרייזן און אנדערע געשעפטן, אדער קויפן די זעלבע זאך פון אן אנדערער, נישט-"ברענד-נעים" פירמע וואס איז פונקט אזוי גוט און קאסט היפש ביליגער. א מענטש האט זיך צום ביישפיל צוגעוואוינט צו מאכן דעם וועכנטליכן גראסערי ארדער אין איין ספעציפישן געשעפט. דאס זעלבע מיט אנדערע שטוב-געברויכן – טייל פון וועלכע זענען אפשר נישט איבעריג, אבער אויך נישט אזא באלדיגע נויטווענדיגקייט ווי דער איינגעפונדעוועט רוטין וויל זאגן.

מיט דעם פארנומענעם סדר היום וואס דאמינירט דעם היינטצייטיגן סדר החיים, זענען מיר אלע פארנומען נאכיאגן די פאראנטווארטליכקייטן – וואס האלטן אין איין זיך פארמערן. דער "סקעדזשועל" איז מער פול ווי די צייט און מוח וואס ער פאדערט, און מענטשן האבן נישט די צייט און קאפ פאר אזעלכע "קלייניגקייטן" ווי שפּאָרן א פּאָר צענט. אבער דווקא אין די דאזיגע "מינדערוויכטיגע" פרטים ליגט דער שליסל צו געזונטן פינאנץ. "פרוטה פרוטה מצטרפת" מיינט נישט נאר דער פשוט'ער טייטש פון די ווערטער, נאר אויך די פרטים. א בודזשעט באצייכנט נישט א באשטימטן סכום געלט, נאר א חשבון פון הוצאות און הכנסות – וואס איז אנדערש ביי יעדן. דער "פרוטה פרוטה" פון א בודזשעט מיינט אויך נישט נאר דאס געלט ממש, נאר אויך די "פרטים פרטים" שריט, די קלייניגקייטן וואס פעלן זיך אויס אינעם פראצעדור, וואס פאר זיך זענען אפשר טאקע מינדערווערטיגע פרטים אבער אינאיינעם פורמען זיי א יסוד וואס פעלט זיך אויס בעז"ה אנצוקומען צו א באלאנצירטן בודזשעט.

אינעם לעצטן שטאפל פון דער נסיעה, וועלן מיר האבן א פינקטליכן חשבון איבער וואו יעדע פרוטה גייט און וויאזוי זי ווערט אויסגעגעבן. דעמאלט איז די צייט צו מאכן סדר אין די נומערן. הגם די אויפגאבע קען אויסזען ווי די שווערסטע, איז זי למעשה אין א וועג גרינגער ווי די שריט ביז אהער. אויב האט איר נאכגעפאלגט די אנווייזונגען ביז אהער, וועלן די נויטיגע תיקונים וואס פעלן זיך אויס רעדן פון זיך אליין. אייערע געלט-מחשבות וועלן שוין יעצט האפנטליך לויפן אויף בודזשעט-באלאנץ שינעס, און איר וועט אליין זען וואו ס'איז שייך איינצוציען דעם פאסיק.

נישט זעלטן טרעפט מען זיך מיט'ן חשבון ממש רעדן פאר זיך אליין, און אלעס וואס בלייבט צו טאן איז אויספאלגן דעם חשבון דורכ'ן ניצן שכל הישר און אפשר אביסל אנשטרענגונג. אבער אפילו ווען ציפערן אליין טוען נישט די ארבעט פאר אייך, און מ'דארף נאך אליין זיך אוועקזעצן טראכטן און פלאנען וואו און ווי ס'איז שייך צו טוישן, איז עס דעמאלט, מיט'ן בהדרגה אויפבויען דעם חשבון און זיך איינשטעלן א רוטין פון האלטן אן אויג אויף דעם פלוס פונעם געלט, שוין אומפארגלייכליך גרינגער.

ס'איז מעגליך אז עס וועט זיך אויספעלן צו אנגאזשירן דער ראט פון א מומחה, וואס זאל העלפן מיט'ן אויסגראדן דעם חשבון. דאס איז ספעציעל אמת ווען פון אויבנאויף זעען זיך נישט קיין מעגליכקייטן פאר ביידן, רעדוצירן די אויסגאבן אדער פארגרעסערן די הכנסה. אן עקספערט וועט עס מסתמא יא קענען באווייזן צו טאן, אבער יעדנפאלס, וועט דעם מומחה'ס ארבעט זיין פיל גרינגער און בעיקר ווירקזאמער ווען ער האנדלט מיט א מסודר'דיגן חשבון.

אין א ווארט
*נאכ'ן ענדיגן איינשטעלן א בודזשעט אין די אויסגערעכנטע שטאפלען, דארף מען געפינען די לעכער.

*א לאך נעמט אריין יעדע פרוטה וואס ווערט אומנויטיג אויסגעגעבן.

*אינעם ענדגילטיגן שריט פונעם חשבון דארף מען אויסזוכן וואו ס'איז שייך צו רעדוצירן דעם בודזשעט און אים נאענטער ברענגען צו א באלאנץ.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל