פרישע שטורמישע פראטעסטן האבן נעכטן אויסגעבראכן אין בארצעלאנע, די הויפטשטאט פונעם קאטאלניע ראיאן אין שפאניע נאכדעם וואס דייטשלאנד האט ארעסטירט דעם געוועזענעם פרעזידענט פון קאטאלאניע קארלאס פודשימאן, נאכדעם וואס א שפאנישער ריכטער האט אויף אים ארויפגעלייגט א פרישע ארעסט פארלאנג און האט פארלאנגט פון דייטשלאנד זיין אויסליפערונג.

די ארעסט קומט איבער זיינע אקטיוויטעטן פאר די זעלבסשטענדיגקייט פון קאטאלאניע וואס די שפאנישע העכסטע געריכט האט געאורטיילט אז עס איז אומגעזעצליך, אבער פודשימאן פארמאגט די שטיצע פון ארום 50% פון די איינוואוינער אינעם קאטאלאניע ראיאן, און זיין ארעסט האט אויסגערופן שטארקע אויפברויז.

די פראטעסטירער האבן פארדאמט דייטשלאנד און גערופן צו די דייטשע רעגירונג אים נישט צו אויסליפערן וויבאלד לויט זיי וועט ער נישט באקומען קיין יושר׳דיגע פראצעס אין שפאניע ווי עס ווארט אים אפ אן אורטייל פון ביז 30 יאר טורמע אינאיינעם מיט נאך 5 קאטאלאניער פאליטיקאנטן וועלכע ווערן אנגעקלאגט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל