אין ליכט פון די מיליאן קעפיגער מארש וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אין וואשינגטאן דעם פארגאנגענעם שבת צו פראטעסטירן די שוידערליכע עפידעמיע פון גאן רציחות אין אמעריקע האט דער פענסיאנירטער סופרים קאורט ריכטער דשאן פאול סטיווענס היינט פארעפנטליכט א גאסט עדיטאריעל אין די ״ניו יארק טיימס״ ווי ער האט ארויסגעשטעלט א קאנטראווערסיאלע מיינונג אז עס איז צייט צו ״אויפלעזן״ די רעכט צו פארמאגן וואפן.

סטיווענס שרייבט אז די געדאנק אונטער דעם רעכט איז מער נישט רעלעוואנט, און די ״אמענדמענט״ איז אן איבערבלייבעניש פונעם 19ער יאר הונדערט וועלכע איז מער נישט אקטועל אין די היינטיגע וועלט, ער שטרייכט אונטער די פאקט אז יעדן טאג טוען ארום 100 אמעריקאנער פאלן קרבנות צו גאן רציחות, און זאגט אז עס איז נאריש צו זאגן אז די רעכט טוט באשיצן פרייהייט, נאר עס טוט ליבערש פארמערן מארד און כאאס אין אמעריקע.

אבער די אמעריקאנער דעת הקהל, אפילו אויף די דעמאקראטישע זייט איז נישט אין שטיצע פון אזא פארשלאג, אן אנקעטע דורכגעפירט דורך די ״עקאנאמיסט״ צייגט אז איינס פון פינף אמעריקאנער שטיצן א פארשלאג צו ארויסנעמען פון די קאנסטיטוציע די רעכט צו פארמאגן געווער, דאס איז 21% אמעריקאנער, און איבער 60% האבן זיך קעגנשגעשטעלט צו אזא געדאנק.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל