עטליכע דעמאקראטישע שטאֵטן האבן זיך פאראייניגט אין א לעגאלע קלאגע קעגן די טראמפ אדמינסטראציע איבער דעם וואס זי פארלאנגט אז עס זאל צוגעלייגט ווערן אין די צענזוס ציילונג א פראגע איבער די בירגעשאפט סטאטוס, א זאך וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אויפגעהערט טון פון 1950, און אצינד וויל עס טראמפ צוריק איינפירן כדי צו האבן א חשבון וויפיל אומדאקומענטירטע אימיגראנטן געפונען זיך אין אמעריקע.

אין אמעריקע געפונען זיך א געשאצע 11 מיליאן אומדאקומענטירע אימיגראנטן, און די דעמאקראטן זאגן אז אזא שריט וועט פירן דערצו אז מיליאנען מענטשן מיט אימיגראציע פראבלעמען וועלן אויסמיידן די ציילונג, און אזוי ארום וועט די צאל איינוואוינער אין די שטאַטן ווערן אונטערגעשאצט, און אלס רעזולטאט וועלן די שטאַטן פארלירן ביליאנען דאלער אין פעדעראלע פאנדינג וועלכע איז באזירט אויף די לאקאלע פאפולאציע.

די קלאגע איז איינגערייכט געווארן אין א פעדעראלע געריכט אין קאליפארניע, דער אטוירני דשענעראל אין קאליפארניע האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט פאליטיזירן די צענזוס ציילונג וואס איר איינציגע ציל דארף זיין צו האבן אן אקוראטע בילד וויפיל מענטשן געפונען זיך אין די פאראייניגטע שטאטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל