נאכדעם וואס קאנגרעס און סענאט האבן אינעם לעצטן בודשעט צוריקגעוויזן די פארלאנג פון פרעזידענט טראמפ צו פינאנצירן דעם גרעניץ וואנט, פלאנט פרעזידענט טראמפ צו אויסקרויזן די לעגיסלאטיווע פליגל דורך עס רעכענען אלס מיליטערישע אויסגאבן און אזוי ארום אויסמיידן די געברויך צו באקומען שטיצע דערפאר פון קאנגרעס.

טראמפ זאגט אז וויבאלד דאס אויפשטעלן די וואנט איז א געברויך פון ״נאציאנאלע זיכערהייט״ האט ער די אויטאריטעט צו פארלאנגן אז די פענטאגאן זאל פינאנצירן דעם וואנט, און זאגט אז נאכדעם וואס די פענטאגאן האט באקומען 700 ביליאן דאלער אונטער די לעצטע בודשעט קען זי זיך ערלויבן צו פינאנצירן דעם וואנט וואס ווערט געשאצט ביי די ווערט פון ארום 30 ביליאן דאלער.

לויט באריכטן שטייט די פארשלאג אויס קעגנערשאפט פון די קאנגעסיאנאלע פירער און אויך אינערהאלב דעם פענטאגאן. טראמפ האט אויך אנגעדייטעט דערויף אויף טוויטער ווען ער האט געשריבן ״מען דארף בויען די וואנט דורך די מ.״ אבער נישט ארויסגעשריבן קלאר מיליטער. עקספערטן זאגן אז אפילו די פענטאגאן וועט עס באשטעטיגן וועט עס דארפן דורכגיין א אפשטימונג אין סענאט ווי עס וועט ווארשיינליך ווידער אויסשטיין קעגנערשאפט פון די דעמאקראטן.

בילד3

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל