אלבאני – דער ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו זאגט, אז ער האט נאך אלץ נישט אויפגעגעבן אויף זיין געדאנק פון איינשטעלן ספעציעלע טאללס לענגאויס פארנומענע טיילן פון ניו יארק סיטי, מיט'ן ציל אביסל לויזער צו מאכן די טראפיק אנלייגעניש. קאומאו'ס פלאן איז זייער נישט פאפולער ביי ניו יארק סיטי פאליטישאנס, וועלכע טענה'ן אז ס'וועט שעדיגן די סיטי עקאנאמיע און עס וועט אפעקטירן די סיטי איינוואוינער, וועלכע ווערן שוין אזוי אויך געפלאגט פון א הויכן און טייערן לעבנס-סטאנדארט. קאומאו זאגט אבער אז ער גלייבט אז ער קען סוקסעספול איבערצייגן גענוג אלבאני געזעצגעבער מיטצושטיין מיט זיין פלאן, ביי די יעצטיגע אנגייענדיגע בודזשעט געשפרעכן, און ער וויל אן 11 דאלער טאל אויף יעדן פריוואטן קאר וועלכע קומט אריין אין די דעזיגנירטע גאר אנגעלייגטע סיטי געגנטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל