שיקאגא – שניידן קאלאריעס אינעם טעגליכן דיעטע העלפט טאקע צו פארלירן וואג, אבער אויב א מענטש שלאפט נישט גענוג, איז אים שווערער פטור צו ווערן פון די איבריגע פעטנס אינעם קערפער. דאס קומט פון א קליינע עקספערימענטאלע שטודיע וואס דאקטוירים אינעם נארט-וועסטערן אוניווערסיטעט אין שיקאגא האבן דורכגעפירט, אויף א גרופע איבערוואגיקע מענטשן. די דאקטוירים האבן אנגעצייגט פאר 15 פון די איבערוואגיקע אז אין לויף פון אכט וואכן זאלן זיי בלויז עסן ווייניגער קאלאריעס, און פאר 21 אנדערע איבערוואגיקע האבן זיי אנגעצייגט צו עסן ווייניגער קאלאריעס און שלאפן ווייניגער ווי נארמאל – און נאך די 8 וואכן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די וועלכע האבן געגעסן ווייניגער קאלאריעס און געשלאפן ווינציגער, האבן פארלוירן ווייניגער וואג ווי די וועלכע האבן געגעסן ווייניגער קאלאריעס און אנגעגאנגען מיט זייער געווענליכן שלאף סקעדזשועל. די סיבה דערצו איז, ווי די דאקטוירים געבן צו פארשטיין, וויבאלד בשעת דער מענטש שלאפט, רוט זיך זיין קערפער אפ, קען עס דאן בעסער שניידן די אומנויטיגע פעטנס וואס דער מענטש פארלירט פון עסן ווייניגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל