רוסלאנד – איינוואוינער אין פילע אייראפעאישע שטעט, און גרויסע טיילן פון רוסלאנד, האבן אין די לעצטע פאר טעג באמערקט א מאדנעם פענאמען, ווען די שניי ארום זיי איז געווען קאלירט אראנדזש. דאס האט געברענגט גרויס וואונדער, און אפילו שרעק ביי פילע, אבער עקספערטן זאגן אז מען דארף זיך נישט זארגן, ווייל דאס פאסירט פאקטיש איינמאל אין יעדע פינף יאר. סטיווען קיעטס, א לאנדאנער וועטער עקספערט, זאגט אז דאס פאסירט ווען ווינטן פון אפריקע בלאזן אין ריכטונג פון אייראפע, און די ארטיגע רויטליכע מדבר זאמד ווערט אריבערגעברענגט פון אפריקע צו די אייראפעאישע שטעט. די ווינטן שלעפן די זאמד שטויבלעך העכער אונזער אטמאספערע, און מען זעט עס נישט סתם אזוי, נאר ווען עס רעגנט אדער שנייט, פאלט די רויטליכע זאמד שטויבלעך אראפ אויף דער ערד, און ס'זעט אויס ווי אראנדזשע שניי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל