קאליפארניע – אן אינטערעסאנטע שטודיע צייגט, אז א מערהייט אמעריקאנער בירגער זענען זייער באזארגט איבער "ארטיפישעל אינטעלידזשענס", דאס הייסט די טעכנאלאגיע וועלכע מאכט אז מאשינען און ראבאטן זאלן האבן כמו-אייגענע שכל און אליינס קענען מאכן באשלוסן. די שטודיע איז פון די "נארט-אינסטערן אוניווערסיטעט", און עס צייגט אז 58 פראצענט אמעריקאנער גלייבן, אז "ארטיפישעל אינטעלידזשענס" איז א גרעסערע געפאר פאר דער אמעריקאנער עקאנאמיע, דערמיט וואס עס וועט אוועקנעמען דזשאבס פון מיליאנען מענטשן, ווי דער געפאר פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע געפינען זיך אין אמעריקע און נעמען אוועק דזשאבס. די זעלבע פראצענט מענטשן האלטן אויך אז אמעריקאנער דזשאבס זענען נישט אין געפאר פונעם פאקט אז פאבריקן ציען זיך קיין אויסלאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל