טוניזיע – א מערקווירדיגע אנטוויקלונג האט פאסירט אין דער איסלאמישער טוניזיע, וואו א מוסולמענער פארטיי האט נאמינירט א איד אלס איינס פון אירע קאנדידאטן ביי די קומענדיגע וואלן. טוניזיע גרייט זיך אפצוהאלטן מוניציפאלע וואלן איבער'ן לאנד, און די מוסולמענער "טוניזיע רענאסאנס" פארטיי האט געמאלדן, אז דער איד שמעון סאלאמא וועט לויפן אלס איינער פון זייערע קאנדידאטן אין די וואלן. די פארטיי האט שוין מיט צוויי יאר צוריק געמאלדן, אז זיי וועלן צעטיילן פאליטיק פון רעליגיע און אקצעפטירן אידישע מיטגלידער אין זייערע ראנגען, אבער די יעצטיגע אנטוויקלונג איז דאס ערשטע מאל וואס א איד וועט מעגליך דינען אויף א הויכראנגיקן לאקאלן אמט, אלס מיטגליד פון א מוסולמענער פארטיי אינעם מוסולמענער לאנד טוניזיע.

יעקב פרץ, א טוניזיער אידישער פיגור, האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, באגריסנדיג די פארטיי און די זעלטענע אנטוויקלונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל